מיט עטליכע וואכן פאר די ימים נוראים האבן די ארונים פראפאגאנדירט איבער א נייע ישיבה קטנה וואס זיי גייען ענדליך עפענען און וויליאמסבורג, די זאמד פון די לעצטע היציגע וואכן האבן זיך שוין כמעט אראפגעזעצט, עכ"פ ביז דער קומענדיגע בלאז, די זאליס האבן קוים געהאט מנין יו"ט, אפיקורסים שוין געטראפן אינעם קווינס ישיבה, דעדליין וואס די שפיצקע האט געגעבן פאר זענטע רעבעצין צו פארלאזן די הויז שוין אפגעלאפן, שוין געבויעט די סוכה און ויואל משה, פייער דעפארטמענט שוין אפגעשטעלט ארבעט אויפן ווילסאן סוכה, רבינו שליט"א שוין ארעסטירט געווארן פארן דורכגיין דעם נייעם בית המדרש, ישעי'לע רובין שוין געקרוינט געווארן אלץ עסקן נמרץ, אינדיג שוין געגעבן רשות ארויסצונעמען די פארענטשעס, די רבי'ס הויז איז שוין אפגעשפארט, ווערטהיימער געווארן בעל הבית און סאוט אכט, לאפעז געכאפט פארקירן אומלעגאל, נידערמאן מיטן חכם מאשקאוויטש אנגעצויגן ריזיגע ציפערן, שבר על שבר נישטא קיין סוכה אויף ראדני, רעב יאנקעל צוריק מיטן אלטען ניק, שבת שובה דרשה געלונגען מיטן ארויסצייגן סבלנות נישט מפרסם געווען ווער עס איז מכשיל מיט נבילות וטריפות, מען גרייט זיך פריש צום אלף שמות, רבי עזריאל גליקס טלית געגנבט דורך רבי זלמן לייב וואס האט זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט צעהן יאר צוריק, דער יפו'ער קען ווידעראמאל נישט צוריק פארן קיין א"י.
.איך האב נישט קיין צייט אויסצורעכענען אלעס, איך וויל נאר וויסן איין זאך וואס טיט זיך מיט די ארונים'ס נייע ישיבה לצעירים?
.איך האב נישט קיין צייט אויסצורעכענען אלעס, איך וויל נאר וויסן איין זאך וואס טיט זיך מיט די ארונים'ס נייע ישיבה לצעירים?
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 09/05/2011 00:10:15