הקדמה קצרה:
מ'האט מיך מעורר געווען אין אישי אז איך טו וויי מענטשן מיט באשרייבן די אויסערגעווענליכע אומנאטורליכע וואוקס פון די גרעסטע קהלה אין דער וועלט ("יחידים" המשתלטים על "הציבור"..), עס זענען דא מענטשן וואס זענען ממש בארירט געווארן פון מיין רעפעראט איבער ישיבה גדולה אזש ביז שלאפלאזיגקייט, דעריבער בעט איך א בקשה אז נאר אנ"ש און וועם עס שטערט נישט זאל ליינען די באריכטן.
מיט דאנק
ווי באוואוסט האבן די סאטמארער ישיבה קטנות זייער שווער אנגענומען תלמידים ביז יעצט, צוליב ענגשאפט אין פלאץ, די צוויי ברענטשעס ישיבה קטנה און ישיבה לצעירים איז געווען פשוט איבערגעפולט, דעריבער האט מען בלית ברירה צוגעלייגט די זמן נאך א סניף (ברענטש) ישיבה קטנה, היינט צוטאג איז דא דריי ישיבה קטנות, און א ישיבה לצעירים וועלכע איז די יאר הכנה לישיבה גדולה.
די צאל פון די פיר ברענטשעס איז נאנט צו 700 קע"ה, אלע סניפים געפינען זיך אין דעם ריזיגן בנין/בנינים פון בערך 80,000 סקווער פיס, עס גייט דורך פון גאס צו גאס, וועיווערלי צו וואשינגטאן, (ביטע מיך פארריכטן אויב איך מאך א טעות) גענצליך אפגעטיילט אין באזונדערע חלקים, גאסן און שטאקן, און האבן נישט קיין שייכות איינס מיט'ן צווייטן, חוץ ביי די טראנספארטאציע און אין קעמפ.
ורוח הקודש אומרת, כן ירבה וכן יפרוץ.