עס איז זייער פשוט מר נפל
ראשית כל די מאכסט עס אויסזעהן ווי ס'איז א דבר פשוט אז מער טראסטן די זאלי ישיבה ווי די אהרוני ישיבה, ולא כן הוא, עס איז א גרויסע דיפערענץ אין די יארגענג ווען מען הייבט אן גיין אין ישיבה און דארט ליגט א גרויסער חילוק פון נומבער'ס
שנית: די זאלי ישיבה האט א מורא'דיגע מעלה וואס די מאנראו ישיבה האט נישט: "עס רעפרעזענטירט נישט סאטמאר אין קיין שום וועג, און יעדער יעדער יעדער שפירט זיך באקוועם צו זיין דארט" קענסט דיך דינגען אויף די סיבות דערצו אבער דאס איז א פאקט ווען די גייסט איבער די ליסטע וועסטו דאס אליינס זעהן.
שלישית: די אלע קליינע ישיבה'ס פון די סאטמאר ראן אוועי'ס וואס האבן זיך פארשפארט און וועלן זיך פארשפארן די אלע גייען אויף קווינס גראד ווייל אויף סאטמאר קענען זיי נישט גיין, זיי זענען דאך פון דארט אנטלאפן, פארשטייסטו מיך?
די קרית יואלע'ר ישיבה האט נאך א שטארקע דיסעדווענטעדזש זייענדיג די אלטע סאטמארע ישיבה אויף וואס די וועלט האט אלס געהאט טענות אנגעהויבן תש"ח און ציהט ווייטער ביז תשע"א און די אלע וואס שטאמען פון די בעלי טענה פון יעדן דור האבן זיך נישט און קענען זיך נישט ערלויבן צו לערנען אין די ישיבה יעדער פאר זיין באבע תירוץ, ווייטער די קווינסער ישיבה קען מען זיך איינרעדן אז עס איז אנדערש און עס איז נישט אזוי סאטמארי'ש געשטימט ממילא דאס האט דער זיידע יא געלאזט אז מען זאל דארט לערנען וכו' וכו' וכו'.
ועל הכל: סיי וועלכע קרעדיט אדער דיסקרעדיט פאר קרית יואל'ער מאנראו'ער אהרונישער ישיבה (רוף עס וויאזוי די ווילסט) גייט פאר דעם רבי'ן אליין ווייל ער איז דער פאקטישער ראש הישיבה און ער איז פולקאם אין טשארדזש (מיינט נישט אז עס קענען נישט זיין קיין דורכפעלער אמאל אבער ער נעמט אן קריטיק פונקט אזוי דאס יאר ווי אלע יארן ביז אהער) ווייטער אין קווינס זאלי ר' זלמן לייב סאטמאר ישיבה (רוף וויאזוי די ווילסט) איז דער רבי די קלענסטע פעקטאר ער שטייט קיינעם נישט אין וועג, עס איז א געהעריגע טראנספארטאציע מיטל, יעדער קען נעמען די באן. פאר קריטיק שטעלט מען ארויס נפתלי בלומענפעלד פאר קרעדיט לייגט מען ארויס דעם רבי'ן אויפן טיש.
איך האב געהערט פון איינע פון די מנהלים אין די ישיבה אין קווינס ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי זיי האבן אזויפיל בחורים, האט ער מסיח לפי תומו געענטפערט: מען האט דארט אויפגעשטעלט א גאר גוטן שדכנים אפעראציע" גיי ווייס!
ממילא איז נישט קיין פארגלייך די צוויי ישיבות