וויליאמסבורג איז שאקירט, וואו מ'דרייט זיך און מען גייט זעט מען מענטשן שפאצירן אויף די גאס האלב שיכור, הונקעדיג און היבש קעקעצדיג. הלמאי, וויליאמסבורג איז דעם פארגאנגענעם שב"ק געקומען אונטער שאק מיטן עפענונג פון דעם נייעם אהרונישן שול אויף סקילמאן סט. און דערווייל זעט זי זיך נישט ארויס דערפון...
באמת איז דאס טאקע א שאק, אז נאך צען יאר וואס די אהרונישע גרופע פינקציאנירט שוין איז דאס דער "ערשטער" בנין וואס זיי האבן אויפגעבויעט פון סקרעטש אין וויליאמסבורג (חוץ סאוט אכט וואס זיי האבן ארגינעל געבויעט מיט זייער געלט, און זיי האבן יעצט גערופן די הנהלת הביהמ"ד אין דין תורה אז זיי דארפן דאס פשוט צוריק --- נישטא ווער ס'זאל לאכן...).
אבער איידער מיר וועלן זיך קימערן מיטן שאק, און מיטן פראכטפולקייט און פראקטישקייט פון דעם רויען שול, וואלטן מיר געקענט באשטיין צו וויסן וויפיל אידן האבן געדאווענט דארט דעם שב"ק. אויפן פארק האט איינער געשריבן מיט פאטאס אז בערך 500 אידן האבן דארט געדאווענט, ווידעראום יואל לאנדא האט געשריבן אויף די טעקסט מעסעדזשעס אז איבער 1000 אידן האבן דארט געדאווענט, קען מיר דאס איינער קלאר מאכן?
און יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר היראים, ער זאל איבערפעיסטן מיינע ווערטער אין כל הנערים און צולייגן א שטיקל הקדמה (פון אישי פארשטייט זיך....) אז די זאליס שעלטן געפערליך אויף דעם שול, והא ראי' די בילדינג אינספעקטארס זענען בכלל געקומען אונטערזיכן דעם שול, ווען אין אמתן גייען זיי קיינמאל נישט קוקן א פלאץ פאר זיי געבן א פערמיט.
איך ווייס נישט צו די זאליס שעלטן, אבער איך פערזענליך אלץ מתפלל פון דעם סאטמארן ביהמ"ד אויף מוירטל עוו. בין איך זייער פרייליך מיטן עפענונג פון ענקער שול, אזוי ארום אז דער געדרענג ביי אונז וועט אביסל פארמינערט ווערן בעזר השם. און נאך א זאך וואס איך טראכט אז די זאליס קענען שעלטן איז דאס אז הירצקא צוויבל גייט זיין דער רב דארט. נעבעך.