היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בעט'ס פאר די דרייסיג אפליקאציעס צו ווערן אנגענומען און די "ג...

בעט'ס פאר די דרייסיג אפליקאציעס צו ווערן אנגענומען און די "ג...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2834363

עירהתורה » 10/10/2010 20:23

בעט'ס פאר די דרייסיג אפליקאציעס צו ווערן אנגענומען און די "גרעסטע" חסידישע ישיבה
פונעם קינדער פארום "אידישע געדאנק" - פירושים מיותרים

ישיבה גדולה דסאטמאר קרוב צו 900 בחורים כ"י

ישיבה גדולה דסאטמאר וואס האלט זיך אויף אין דעם גיגאנטישן נייעם בנין אין גלענדעיל נ.י. האט אנגעהויבן היינט דעם נייעם זמן מיט בערך 850 בחורים כן ירבו, נאך בערך דרייסיג אפליקאציעס זענען דערווייל אין די לופטן און דארף ביז סוף וואך אנטשידן ווערן צו זיי וועלן האבן דעם גוט מזל צו ווערן נתקבל.

דאס איז א מספר וואס א סאטמארער ישיבה האט נאך קיינמאל  נישט געהאט, און איז לכאורה די גרעסטע חסיד'ישע ישיבה אויף דער וועלט, און דאס איז טראץ וואס פילע אפליקאציעס ווערן יעדן זמן אפגעווארפן, און בחורים וואס פירן זיך נישט אויף לויט די ישיבה'ס פארשריפטן ווערן נישט געדולדעט, און די בערך 150 חתנים וואס זענען ארויס דעם זמן זיך גרייטן צו זייערע חתונות בשעטומ"צ.

ורוח הקודש אומרת: כן ירבה וכן יפרוץ, יגדיל תורה ויאדיר.

ערענסטער » 11/10/2010 01:46

פארוואס האבען די זאלי מוסרים איינגעשפאנט זייער מעכטיגע פראפאגאנדע מאשין אז זיי האבען פונקט איצט ממש איצטערט אזא טויזענט-צוויי טויזענט בחורים. פארוואס האבען זיי זיך יעצט אויפגעוועקט?, וואס שטעקט דא.
נו זיי האבען עס געמאכט מען נעמט עס אן אזוי ווי ס'שטייט אין גייט ורוח אומרת כן יענו.. ווי זאגט נאר יוסעלע פריד..  נא העפלטס מיך מיט זייער לאזונג.

פארפאלען סאטמער שעלט אפי' ווען די זאליס זאגען נאר אז זיי האבען צוויי טויזענט בחורים . (אפשר דריי טויזענט ווער ווייסט)

סטעלט » 11/10/2010 02:11

איז יאסעלע פריעד אויך אין די מיליאן מארש בחורים ?