הדרה דלא אפשר למיפרט בשוותא, וואס פארא שיינע שבת איז פאריבער אינעם נייעם שוהל, אריבער 500 אידן האבן מיטגעהאלטן די תפילות דעם שב"ק (רובה דרובה זענען געווען איינוואוינערס פונעם געגענט) דער ציבור איז געווען שאקירט פונעם ריזן הערליכען בנין וואס איז אויפגעבויט געווארן, די ריזן הערליכער היכל הביהמ"ד הגדול, די ליפטיגע חדרי תפלה וואס איז געבויט ספעציעל באקוועם און שיין, די שיינע גרויסע מקוה, וואס ווי עס קוט אויס וועט די ביהמ"ד אי"ה בקרוב זיין דער תל תלפיות פונעם געגענט,
ווי די עסקנים זאגן וועט מען אי"ה גאר בקרוב זיין פולקאם פארטיג מיט די ארבייט, און עס וועט פארקומען א הערליכע מעמד חנוכת הבית פאר אלע תושבי השכונה און נדבים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים פארן ביהמ"ד
הג"ר הירצקא צוויבל וועט דינען אלס משפיע רוחני און רב הביהמ"ד און הג"ר משה ראזענפעלד וועט דינען אלס דומ"ץ הביהמ"ד