היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » חסדי ה': TRO בלייבט אין קראפט אויף סאוט 8 ביהמ"ד!

חסדי ה': TRO בלייבט אין קראפט אויף סאוט 8 ביהמ"ד!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2833973

געלעכטער » 8/10/2010 19:02

היינט איז פארגעקומען די ערשטע קאורט זיצונג בנוגע דעם דיעד וואס די אהרונים האבן גע'גנב'ט פון קהל יטב לב אויף סאוט 8 ביהמ"ד.
 
צום ערשט איז מען אנגעקומען צו ריכטער רחלסמאן וואס האט זיך אנטזאגט פון נעמען דעם קעיס, נאך וואס ער איז נאנט פארבינדען צו די אהרונים'ס לויער גאלדבערג. די צדדים זענען איינגעגאנגען אויף א הסכם צו גיין צו ריכטער שמידט, און די אהרונים האבן געטענהט אז דאס איז די זעלבע קעיס ווי גאנץ סאטמאר, און קהל האט געטענהט אז דאס איז א פרישע קעיס אויף דעם גניבה פונעם דיעד. די אהרונים האבן שווער געארבעט אז דער ריכטער זאל אראפנעמען דעם TRO אויף דערווייל, אבער דער ריכטער האט זיי אפגעווארפן.
 
דער ריכטער האט פאררופן א פרישע קאנפרענץ אויף קומענדיגן מיטוואך מיטאג, און דארט וועט ער זאגן צו ער וויל בכלל בלייבן אויפן קעיס.
 
בשם השם נעשה ונצליח!

קמץ_בארד » 8/10/2010 19:20

HA HA HA

there were no discussion about lifting the TRO

NONE WHAT SO EVER

just keep feeding your kids sleeping pills

 the TRO is clearly not the issue at the moment


הכל_בסדר » 8/10/2010 19:47

ווער דארף די פילן....?

אייזענבאך » 8/10/2010 19:53

SatmarHQ Satmar Headquarters 
Judge Schemit said that he would like to talk To the Rabbi, Reb Chaim Kalmen Guttman shelita and to aron

SatmarNews » 8/10/2010 19:54

SatmarHQ Judge Schemit said that he would like to talk To the Rabbi, Reb Chaim Kalmen Guttman shelita and to aron

_________________

HTML clipboardSatmarNews


אייזענבאך » 8/10/2010 20:00

לכאורה מיינט דאס אז ער וועט נאכאמאל פאלאנגען פון די תובע-ווערטהיימער צי גיין צי דין תורה, ונזכה ונחי'

אייזענבאך » 8/10/2010 20:18

MalchisSatmar satmar 
If justice Schmid will visit Savlen, for sure that Savlen will show him the Beis HaShchita...

אייזענבאך » 8/10/2010 20:38

דער תובע
[בילד – נישט אפגעהיט]

סוג » 9/10/2010 21:10

נאר צו דערמאנעם דעם ציבור


אז ביי דעם קעיס פאר 6 יאר צוריק, ווי משה יוסל ווערטהיימער האט דערלייגט גענצליך, האט דער ריכטער שמידט געבעטן אז מ'זאל גיין צו דין תורה, און די פארשטייער פונעם צד השני האבן גלייך מסכים געווען, און דער ריכטער איז געבליבן און זיין אפיס ביז 8:00 ביינאכט און האט אויסגעווארט אז משה יוסל זאל קומען אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער ואיננו משה יוסל האט געלאזט ווארטן דעם שופט און איז נישט אנגעקומען.

זאל נאר יעדער וויסן ווער עס ווייל גיין צו דין תורה און ווער נישט.

פריינדליך » 10/10/2010 04:52

דארף דאך שמידט זיין אויפגערעגט אויף די ארונים??

קעציל » 10/10/2010 05:06

די גאנצע זאך איז עפעס פארנעפעלט. אז ווערטהיימער האט פאריגעס מאל פארלוירן דאן פארוואס זאל ער יעצט וועלן וויטער גיין מיטן אלטן קעיס? נאך א זאך - האלט עטץ דען נישט אז סוף כל סוף וועט דער ריכטער זאגן אז דאס איז א המשך פונעם קארט וואס די ארונים האבן אריינגעברענגט - און פארלוירען? ער וועט דאס לכאורה ארויסשליידערן פונקט ווי אלע פריערדיגע קעיסעס ווייל אלעס וועט צוריקקומען מיטן תירוץ פון רעליזשעס אישו אפילו מען וועט טענה'ן עס איז א "דיעד" אישו אבער מיר האבן שוין געזען ביים בית החיים אז אפילו א א.ג.רעלידזשעס אישו פסקנ'ן זיי אויך נישט נאר העכסטענס שיקן צו דין תורה (אזאך וואס דאכציך מיר אז זיי קענען נישט צווינגען)

פריינדליך » 10/10/2010 19:57

אלא מאי? אינגאנצן משוגע איז ער דאך נישט!

פריינדליך » 10/10/2010 20:01

פארוואס זאל ער פסקען דערויף ווי ביי די סאטמארע קעיס? עס איז דאך נישט אויפן נאמען קיט"ל?עס איז נישט אזוי פשוט סיי די ארונישע זייט פון קאורט און סיי די זאלונישע זייט עס איז מסתמא נישט די טענות וואס מען שמועסט דא אויף הייד פארק. ימים ידברו...

געלעכטער » 13/10/2010 23:43

אפדעיט פון היינטיגן טאג אין קאורט: דער ריכטער שמידט האט געזאגט אז ער האט נאכנישט באשלאסן צו ער נעמט דעם קעיס, ער וויל נאך קודם אריינקוקן טיפער אינעם קעיס צו איז דאס די אלטע קעיס צו דאס איז א נייע.
 
דער TRO בלייבט נאך ב"ה אלץ אין עפעקט, למרות רוחם פון די גנבים.
 
ער האט געגעבן א פרישן דעיט פאר א הירינג אקטאבער דעם אכט אין צוואנציגסטן.

וויכטיג » 13/10/2010 23:54

"געלעכטער", פארגעס נישט נאכאמאל צו זאגן "איך האב קיינמאל נישט געשפילט זאלוני, ...."

דו ביסט נעבעך אזוי פארטומלט..

SatmarNews » 28/10/2010 22:56

SatmarHQ South 8th court u/d: Today was scheduled a hearing, but Judge Schmidt pushed it off to a later date, will notify the exact date after Nov 25

קעציל » 29/10/2010 06:32

פארוואס?

וויליבאג » 4/11/2010 02:39

איינער זאגט מיר יעצט אז דשאדש סמיט איז געווען ביי ביידע אדמורים, ווייסט נאך איינער עפעס דערוועגן?

קווינסצדיק » 4/11/2010 02:45

אמת!

איך האב דאס געהאלטן בסוד ביז יעצט, צוליב דעם וואס די סוד איז שוין סיי ווי ארויסגעקומען וועל איך יא רעדן דערוועגן, כל העולם קומט קודם איך וועל באלד זיין צוריק

ספרינטער » 1/12/2010 04:35

איך האב אויך געהערט דערוועגן אבער ווי עס זעהט אויס איז עס שקר.

וואלןסח » 1/12/2010 04:57

ער איז געווען

דיטעילס ווייס איך נישט, אבער איך ווייס קלאר ער איז געווען ביי ביידע

ספרינטער » 1/12/2010 08:11

יעדער זאגט איך ווייס קלאר, האט איינער א באווייז אויף דעם?

ספרינטער » 10/12/2010 22:09

אפדעיט: דער ריכטער האט נאכאמאל אפגעשטיפט  דעם קעיס וואס האט אריגינעל געזאלט פארקומען מיטוואך, די נייע דאטום איז באשטומט געווארן אויף יאנוואר 27, דער TRO בלייבט ווייטער אין קראפט, דאס זעלביגע איז מיטן דיעד בלייבט ווייטער ביי די אונז. 

ספרינטער » 27/1/2011 21:34

היינט איז JAN 27 עס איז געווען באשטימט אויף היינט א הירונג, ווייסט איינער וואס איז געווארן?

SatmarNews » 16/2/2011 23:08