היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עצה טובה פאר די נעבעך פארבליבענע אינטער דעם חארינער

עצה טובה פאר די נעבעך פארבליבענע אינטער דעם חארינער

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2833878

123news » 8/10/2010 16:01

ווי די ערליכע בראווע אידען האבן שוין ב"ה דורעכגעבראכן דעם שלאס פון סידור קדושין נישט זיין מער אינטערגעווארפן פון דעם הרא"ט
אן עצה טובה פאר דעם ציבור וואס האט זיך נאך נישט געקענט באפרייען פון דעם ארויפגעצווינגעם רב
ווי דער רבי האט געצה'ט פאר ר"מ דק"י הרה"ג ר' מענדל פ"מ ע"ה
 אז די חתנים זאלן אליינס זאגען די ברכה אינזין האבן נישט יוצא צו זיין פון דעם הרא"ט אדער זיין שותף הר' מעגלי דבש,,,
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

שיףרבי » 8/10/2010 16:29

איז די עצה אויף גולטיג ווען דער טשאטער וכדו' זענען מסדר קידושין ביי זייער זאל און די חתן כלה ווילן האבן א כשר'ה חתונה לכל הדעות!

zibala » 8/10/2010 16:49

שיפי -
דער טשאטער וכדו' באצווינגען נישט קיינעם זיי צו מכבד זיין מיט סידו"ק, ממילא איז די עצה נישט גילטיג, ווייל אז איינער איז אומבאקוועם מיט איהם מאכט ער חתונה אין עקשטיין האל,

ווידעראום פארקערט די נארוניס געבן נישט קיין שום טשויס אין קרית יואל אויסער דעם סבלן,
 וקל להבין

פייוויש » 8/10/2010 17:41

דאס הייסט, מעיקר הדין קען זיין א פראבלעם להלכה אויב זאגט מען נישט מיט די ברכה?
די ערשטע מאל איר זענט דאס מודה.

ברךמשהחסיד » 8/10/2010 19:16

שיף
זיי מסביר דיין עצה, פארוואס ווען דער חתן זאגט מיט די ברכה, מיט'ן טשאטער רב איז עס מער אויסגעהאלטן לויט די וואס האלטן אז רא"ט איז רב אין קרית יואל, און אויך אויף די גלילות, און נאר ער מעג מסדר קידושין זיין.
איז דער חתן אליין מער אויסגעהאלטן ווי דער רב המסדר קידושין?

הכל_בסדר » 8/10/2010 19:44

פייוויש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס הייסט, מעיקר הדין קען זיין א פראבלעם להלכה אויב זאגט מען נישט מיט די ברכה?
די ערשטע מאל איר זענט דאס מודה.

ליין'זשע דעם קעפל איידער דו ביסט מגיב

עצה טובה פאר די נעבעך פארבליבענע אינטער דעם חארינער

ווי די ערליכע בראווע אידען האבן שוין ב"ה דורעכגעבראכן דעם שלאס פון סידור קדושין נישט זיין מער אינטערגעווארפן פון דעם הרא"ט
אן עצה טובה פאר דעם ציבור וואס האט זיך נאך נישט געקענט באפרייען פון דעם ארויפגעצווינגעם רב

פריינדליך » 8/10/2010 23:03

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שיפי -
דער טשאטער וכדו' באצווינגען נישט קיינעם זיי צו מכבד זיין מיט סידו"ק, ממילא איז די עצה נישט גילטיג, ווייל אז איינער איז אומבאקוועם מיט איהם מאכט ער חתונה אין עקשטיין האל,

ווידעראום פארקערט די נארוניס געבן נישט קיין שום טשויס אין קרית יואל אויסער דעם סבלן,
 וקל להבין
זאג עס נאך איינמאל איבער. ווער געדענקט נישט די רדיפות אויף רב סאקס. ווייל ער האט געהאט די חוצפה צו בעטן רשות. און נאך צוויי חתונות(איך געדענק נישט די נעמען יעצט. אבער נישט אויף די אשכולות פון 2-3 חדשים צוריק) וואס מען האט געזאגט אדער דער שארמאשער. אדער דער טשאטער. אדער זוך א נייע זאל(ווי איינער האט טאקע געטון)

פריינדליך » 8/10/2010 23:11

און אין ק"י איז אייביג געווען אז מען האט געקענט בעטן רשות צו מכבד זיין א זיידע אדער איינעם אנדערש. די גאנצע זאל איז נאר צו ווייזן אז מען דארף נישט רשות. אדרבה ביי מיינע משפחה חתונות איז מיין זיידע ז"ל אסאך מאל געווען מסדר קידושין(גראדע געווען א זאלי...) טא הערט אויף מיט די לש"ש טענות. ווייל עס שטייט אין ערגעץ נישט אז אויב באקומט מען רשות פון א "רשע" איז די חופה פסול. פארשטייט זיך אז די וואס האבן מרמז געווען אז זיי ווילן דוקא נישט אים האט מען נישט אייביג געגעבן רשות. און אפילו די יודן פלעגן זיך אן עצה געבן דורך מאכן די חתונה דינסטאג (ווען מהר"א איז אין וומ"ס) סא הערטס אויף צו זיין רשעים און עס ארויפלייגן אויף די תורה. בשעת מען זעט קלאר אייער ציל:"שטעכן דעם אהרן'ען"

וויכטיג » 10/10/2010 17:52

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איין ווארט אויף דיין גאנצע קאמענט, שקר שקר!!

אן א שיעור מעשיות פון רבנים און שיינע משפחות וואס מ'האט נישט נאר נישט געגעבן קיינמאל קיין רשות, נאר די עטליכע מאל וואס מ'האט יא מיט שווערעקייטן געגעבן רשות האט מען עס פלוצלינג אן קיין מעלדונג ארויסגעריסן פון זייערע הענט!

עיין מעשה מיט יפו רב זצ"ל, הגרנ"י מייזעלס, ועוד ועוד אן א שיעור.

פריינדליך » 10/10/2010 19:55

זייער אינטערעסאנט! ווייל וויפיל איך ווייחס פון מיין משפחה האט מען כמעט אייביג געקענט פועלן. (חוץ ווען איינער איז געווען א אויבער חכם) קען זיין אז מיר זענען אן אויסנאם?