היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א ניגון פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין

א ניגון פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2833735

קליפ » 8/10/2010 00:50

ארגינעלער » 8/10/2010 01:09

* width="640" height="385"> <*

קליפ » 8/10/2010 01:20

קליפ » 8/10/2010 15:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 8/10/2010 23:46

* width="640" height="385"> <*

קליפ » 8/10/2010 23:46

אדםאמיתי » 10/10/2010 03:30

קען איינער מסביר זיין וואס מיינט "אחדות" אדער Unity ווי זיי רופען דאס?

נאר ווען מען גיט ליבאוויטש איז דא יוניטי?

ביי די פרשה פון מומביי, ווען עס זענען געבליבען אזוי פיעל יתומים און אלמנות, זייער אייגען'ס א קינד, איז געבליבען איין יתום.

מען  האט זי געבעטען ביי זיי זאלען געבען די ליסטע פון נגידים צו קענען בעטען געלט.

זיי האבען זיך אלע אויסגעלאכט אין פנים און גארנישט געהאלפען

מען האט געבעטען ביי זיי געלט, די זעלבע "ניין".

מען האט געבעטען ביי זיי זאלען לאזען ארויף לייגען אויף זייער וועב זייטעל וואס מיליאנען קוקען, א דערמאנונג צו געבען געלט פאר זייער יתום און אנדערע, נאכאמאל "ניין".

מען האט פון זיי נישט געקענט נהנה זיין איין שווה פרוטה.

פדיון שבויים איז זייער א גרויסע מצוה. זיי האבען מיליארדען פאר וואס דארפען זיי אנקומען צו פרעמדע?

יתומים און אלמנות וואס זענען געקומען דורך ליבאוויטש איז פינקט אזוי איין גרויסע מצוה.

פרעגט אייך נאך ביי די באטראפענע וועט איר הערען די ליבאוויטשער'ס חוזק און שפאט !!!!!!!!!!!!!!!!!

מה חזי דדמי דידך סמיק טפי..........................

tzvibp28 » 10/10/2010 03:49

מ'זעהט טאקע אז דיר גייט אן אידישע צרות.....

אדםאמיתי » 10/10/2010 04:12

צבי'קע ליבאוויטשער............

אידישע צרות איז זייער חשוב צו העלפען

אבער אידישע צרות צוזאם מיט אידיש בלוט איז מן הסתם אסך אסך חשובער........ווי איז דער "ליבאוויטשער UNITY'

"איטס עי וואן וועי סטריט, אלוועסי וועס אלוועיס וויל בי"......................


תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 10/10/2010 04:13:33

יוסלע_פליט » 10/10/2010 06:25

די לעבאוויטשע זענען פערצופאל פיינע אידן, איך בין שטארק איבערצייגט איבער דעם האבענדיג געשעפטן מיט אידן וואס זענען אסאך אויפן וועג אין דער פרעמד! זיי האבן זייער אסאך אויפגעטוען, און א דאנק זיי האבן זייער אסאך אידן א מנין צו דאווענען א יעדן איינציגסטן טאג אויף אסאך פלעצער ווי א איד קומט כמעט נישט אן נאר אויס מאכט זיך אמאל פאר ביזנעס וכדומה, און זענען געווענליך זייער בייהילפיגע מענטשן! נאריש צו זאגן אז זיי טוען נישט גארנישט! נאר דא ווייס איך טאקע נישט וואס האט פאסירט, זיי האבן געגעבן א שרעקליכע עטיטוד פאר די עסקנים וואס זענען געקומען זען וואס מ'קען טוען אין קרוינהייטס קוקט אויס ווי סאמטינג איז ביהיינד הער...

אדםאמיתי » 10/10/2010 15:56

יוסי'לע א גרויסען דאנק פאר באשטעטיגן וואס איך שרייב.

וויסען זאלסטו אבער די אלע הילף, outreach מיט אלע תרפ"ט נעמען און ארגעניזאצעי'ס וואס זיי האבען איז אלעס איינגעשפאנט אויף איין ציל

"גיב מיר געלט און פובליסיטי"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דאס העלפען איז טאקע אמת און ווען נישט זייער חבד'סקער שטיבעל אין מומביי וואלטען דאך די אינגעלייט נישט געגאנגען (דער אויבערשטער וואלט זיי געפירט אין אנדערע פלעצער צו ווערען קדושים אבער למעשה זענען די חבד'סקער געווען די שלוחים, ומד' מצעדי גבר וכו').

בריינג מיר איינעם וואס האט אמאל באקומען פונ'ם חבד'סקער רבי'ן א גרעסערע נתינה!!!!!!!!!!!!!

אפילו רובאשקין האט באקומען טויבע אויערען פון אלע עסקני ליבאוויטש, בלי יוצא מהכלל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

it's all a big facade with one common goal..................PR PR PR PRPRPRPRPRPR



תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 10/10/2010 15:57:44

יוסלע_פליט » 10/10/2010 16:52

ס'קען זיין ביזט גערעכט. אבער נאריש און קינדעריש צו זאגן אז זיי זענען שולדיג אינעם מומביי טראגעדיע... ווייל זיי זענען געווען די שלוחים... און נאכאמאל, יא! ליבאוויטש איז א FULL PUBLIC RELATION COMPANY היינט צוטאגס, אבער, מתוך שלא לשמה..... למעשה האבן זיי אסאך אויפגעטוען פאר אידישקייט, מ'דארף צו זיין א דערביטערטע רביזיכרונהליברכע איד אוועק צו מאכן זייערע פעולות טובות ונשגבות פאר אידישקייט, מ'דארף נישט נאכגיין זייער קרומע השקפה, אבער אוועקמאכן??? די רבי האט אונז געלערנט פונקט פארקערט, מקרב זיין, און זאגן שכוח, און געגאנגן ווייטער! מ'דארף צו וויסן ווי איין און ווי אויס, דאס קען זיין אז ביזט גערעכט אז זיי זענען א PR קאמפעני, קען זיין ביזט גערעכט אז מ'האט גערעדט צו טויבע אויערן ווען מ'האט פרובירט דארט צו טוען עפעס, א חוץ די ווידיא איז גארנישט דא פון זיי... אבער דאס נעמט נישט צו פון וואס זיי האבן יא אויפגעטוען, און ווי אויבן דערמאנט מיר קוקט אויס ווי 'סאמטינג ביהיינד דעט'! ס'איז דא א סיבה פארוואס זיי ווייזן אזא קאלטע ריעקשאן צו די גאנצע רובאשקין קעיס, אבער איך ווייס נישט וואס, קען זיין אז ר' שלום מרדכי האט נישט מיטגעארבייט מיט זייער PR... נאר פרובירט אויפצוטוען אויף די אייגענע פלייצעס, איך ווייס נישט

tzvibp28 » 10/10/2010 18:57

ליובאוויטש איז נאר PR און סאטמאר איז אלץ נאר לשם שמים

הבנתי

שלמהווייס » 10/10/2010 19:46

אדםאמיתי » 11/10/2010 04:15

יוסי'לע ..רביזכרונולורוכע איז נאר אין ברעסלאוו ביי אונז אידען איז דא א לעבעדיגער רבי אדער גארנישט....

לייען גוט די ערשטע תגובה.......

ביי די פרשת מומביי האט מען געבעטען ליבאוויטש לכל הפחות ארויף צו לייגען א לינק אויף זייער וועבזייטל פאר די "האלצבערג" (א אייגענער) קרן יתומים און דער אנטווארט איז געווען..........................................ששששששששששששאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא

די זעלבע מיט די אנדערע.............

אויך האט מען געבעטען געלט פון זיי און די אנטווארט איז געווען......................שששששששששששששאאאאאאאאאאאאאאאאא

מיין נישט אז זיי האבען גענטעפערט "שששששששאאאאאאאאא" א נעכטיגען טאג!

זיי האבען גארנישט געענטפערט.

אדרבה זיי האבען אויסגענוצט די פובליסיטי פון מומביי צו פולסטען אויף צו שאפען 30-40 מיליאן דאלאר פאר זייער אייגענע פראפאגאנדע און שטותים...פאראדעס, אינטערהאלטונגען, אבעק איין פיאסטער נישט פאר די האלצבערג'ס.
פרעג זיך גיט נאך ביי אלע.

סיי מומביי און סיי רובאשקין איז דער צד השווה איינס....

אינז קומט געלט
אינז קומט פובליסיטי
אונז קומט אלעס

אבער דיר קומט........................???????????? גארנישט.

יוסלע_פליט » 11/10/2010 06:34

צבי
YOU GOT IT!
נישט אז איך האלט אזוי, נאר אויב זעסטו דאס פון מיינע ווערטער דעמאלטס איז דאס אזוי ווי די זאגסט!
סאטמאר אנגעהויבן פון קרית יואל מיט עסקנים 'לשם שמים' זענען געווען די גרעסטע שטיצערס און צוהעלפערס פאר די רובאשקין משפחה!
נאכגעפאלגט ביי סקווירא, ב"פ, מאנסי, אפילו דיינע גרעסטע שונאים די ליטווישע פון לעיקוואד האבן צוגעטיילט שיינע נתינות.. און קיינע פון די זענען נישט ארויף קיין וועבסייט צו נעמען קרעדיט דערפאר כאטשיג ס'קומט זיך זיי ערליך!
קיינער פון די האבן קיין געלט נישט געמאכט דערפון פאר אייגענע ארגעניזאציעס.
לעומת זה, קיין איין טאלער פון קראון הייטס, קיין איין ווארט נישט געהערט פון דעם פלאץ איבער די גאנצע רובאשקין קעיס!
יעצט ווייז די אויף פארקערט, נישט סתם פלאפלען אז סאטמאר איז אהער און אהין! רעדט אביסל צו די זאך!!!

אדםאמיתי » 11/10/2010 14:12

יוסי'לע יפה דברת!

די ליבאוו'ס זענען א באנדע ליידאקעס, עם הארצים פון די ערשטע קלאס, א חוץ פון די פאר עלטערע איבערגעבליבענע און איבער 50 פערצענט זענען פסולי חיתון און אפשר נאך א סך ארגער ווי פסולי חיתון, וד"ל.



תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 11/10/2010 14:13:30

Ziskeit » 12/10/2010 23:51

איך וויל דא שטארק פארדאמען דעם פירוד לבבות וואס געוויסע מאכן דא, וואס איז פארקערט פון דעם אחדות מעסעדזש.

הגם ס'איז זייער פאפולער צו באשמוצן ליובאוויטש איז עס אבער א פאקט אז ליובאוויטש האט געהאלפן שלום מרדכי די גאנצע צייט און איז נאך אלץ זייער אינוואלווד. די ערשטע אנדערטהאלבן מיליאן דאלאר איז געקומען נאר פון ליובאוויטשער חסידים, ווען קיינער איז נאכנישט געווען אינוואלווד אינדרויסן פון ליובאוויטש.

נאך ליובאוויטש איז נישט געקומען סאטמאר נאר די ליטוואקעס וועלכע האבן גערעיזט דעם קומענדיגן דריי פערטל מיליאן.

ערשט דאן איז אריינגעקומען סאטמאר און זינט דאן ארבעט מען צוזאמען און מען רעיזט געלט ביי אלע שיכטן און קרייזן.

פאקטיש איז דער פאליטישער דרוק פון די אטוירני דזשענעראלס, פראסעקיוטארס און קאנגרעסלייט, און נאך אנדערע קריטישע פי אר אקטיוויטעטן דורכגעפירט געווארן דורך ליובאוויטשער עסקנים.

גביר_אדיר » 13/10/2010 07:05

מיט גרויס ווייטאג מיז איך באשטעטיגן אסאך פון וואס דא שטייט.

ליידער ביי די האלצבערג קעיס ווייס איך פון די ערשטע האנט פון משפחת האלצבערג אז זיי האבן קיין פיאסטער נישט באקומען. און עס גייט נאך ווייטער, ר' נחמן האלצבערג, דער טאטע פון דעם שליח ר' גבריאל הי"ד, איז חדשים ארום געפארן איבער די וועלט שאפן געלט צו בויען א נייעם בית חב"ד דארט אין מומביי, און איז דעריבער געבליבן מחוסר לחם, מיינענדיג נעבעך אז מען גייט עם צואווארפן עפעס א מטבע פאר זיין געטרייע ארבעט לע"נ זיין זון. אבער וואס ווי ווען, ער האט געוויינט אז ער האט נישט קיין לחם לאכול און מען האט אים געלאכט אין די פויסטן (אפשר נישט ממש, אבער קיין פרוטה האט ער נישט באקומען. אזש ער האט זיך געבעטן ביי א סאטמארן פריינד זאל אים העלפן און מאכן א מסיבה צו שאפן געלט).

די זעלבע איז ביי רובאשקין, ווען זיי וואלטן ווען געטון, נאר א חלק פון וואס זיי קענען, וואלט מען קיינמאל נישט אנגעקומען דארט ווי מען איז אנגעקומען, און זיי האבן מיטגעהאלטן מיט דעם קעיס גלייך פון אנפאנג. און אמת, דאס האט טאקע צוטוען טיילווייז מיט דעם וואס ר' שלום מרדכי האט זיך קיינמאל נישט פארקנעכטעט פאר זייערע פירער און גאטאנצן צו זייער טאקט, נאר האט אסאך, גאר אסאך, געטון פאר אידישקייט אויף די אייגענע האנט, און דעריבער זענען זיי געווען ברוגז אויף אים, אבער עס האט אויך געהאט צוטוען מיט דעם וואס זיי זענען פשוט נישט מחונך געווארן צו געבן געלט אויף אזעלכע זאכן, געלט גיט מען נאר פאר די פראפאגאנדע מאשין.

(צבי, איים סארי אויב איך טו דיר וויי)

און דער פאקט איז טאקע, אז נאר דערנאך וואס סאטמאר'ער עסקנים (יא, לשם שמים. און מער פון לשם שמים, עס האט זיי גאר געקאסט. האט איינער באמערקט אז דער שפאקטיוו האט פארפעלט 2 אויסגאבעס? דערפאר ווייל שמעון ראלניצקי איז ביזי געווען מיט העלפן רובאשקין) האבן זיך אריינגעלייגט האבן זאכן זיך אנגעהויבן צו רוקן.

יא, איך האב פארגעסן, עטליכע יאר נאך וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן, ווען עס איז ארויסגעקומען די גילטי ווערדיקט (דאס איז געווען בערך פינף זעקס חדשים פאר די סאטמאר'ער עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם פרשה) האט מען אין ליובאוויטש דאס ערשטע מאל אנגעהויבן עפעס צו טוען. טראץ וואס דער ליטוואק פיני ליפשיץ האט שוין אפאר יאר געטאן אין דעם. און מיט די אלע זאכן, האט מען אין די גאנצע עטליכע יאר, געשאפן בערך א פערטל פון וואס די סאטמאר'ער עסקנים האבן געשאפן אין עטליכע חדשים.

און דאס איז טאקע די חילוק פון סאטמאר און ליובאוויטש, אין ביידע פלעצער שלאגט מען זיך איבער די חסיד'ישע פאליטיק, דא הייסט עס משיח'יזם אדער אנטי. און דא הייסט עס ארוני זלוני. נאר אין סאטמאר ווייסט יעדער אז דאס איז פאליטיק, און מען נעמט עס אויף מיט דעם ערנסטקייט וואס געהערט פאר פאליטיק, אבער ווען עס קומט צו אידישקייט, און העלפן א צווייטן איד, דארט ווערט ער אנגעצונדן מיט דעם אידישן פינק, און אין ליובאוויטש איז פונקט פארקער, ביים העלפן א איד, בלייבט ער קאלט, (איך מיין נישט אים אנטון תפילן, איך מיין אים גיבן "געלט") אבער דער אידישער פונק צינדט זיך אן ווען מען האט יא, אדער נישט, געשריבן אויפן רבי'ן שליט"א אדער נבג"מ. אדער יא, אדער נישט, געזאגט יחי דריי מאל נאכן דאווענען וכדו'............

אדםאמיתי » 13/10/2010 16:40

גביר אדיר, אוי האסטו גוט געזאגט.

איין זאך איז ווערט צו שרייבען. די ליבאוויטשער (דאכט זיך) האבען קיינמאל נישט געהאט קיין אייגענע שחיטה, טשיקען און בהמה פלייש.

רובאשקין האט גענומען זייערע שוחטים און זיי געגעבען א אייגענער אפאראט פון פלייש און דאס איז דער "מתן שכר" וואס ער האט פון די יונגטשעס באקומען! איגנארירט מיט קידוש לבנה אותיות.

די ליבאוויטשער שוחטים (קלים ורקים) האבען פארשווארצט זיין גאנצע ביזנעס (בנוגע כשרות ביים היימישען עולם) און קיין כשרות ארגאנעזאציע האט אים מער נישט געקענט העלפען צוליעב דעם. כאטש ער איז געווען דער גרעסטער אבער נאר ביי פשוט'ן המון עם.

דייקן » 28/10/2010 15:52

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

קליפ » 2/6/2011 22:58

a documentary film on rubashkin
* width="640" height="390"><*

_________________

קליפ » 2/6/2011 22:58

קליפ » 30/11/2011 02:25

NEW VIDEO
New Music Video Being Released in Advance of Rubashkin Documentary
A new music video shows exclusive footage from Rubashkin's Game Plan, the long awaited documentary film focusing both on the Rubashkin case and dual reaction of anger and solidarity from the Jewish community following the harsh sentence handed down in the case.

The song, titled Yedid Nefesh, features an original composition by Danny Finkelman performed by Bentzi Marcus of 8th Day and Dovid Dachs. Yedid Nefesh features footage of the events that led up to the miscarriage of justice that is known as the Rubashkin case: Rubashkin's first arrest on charges of violating immigration and child labor laws, the largest immigration raid ever conducted in the United States at the Postville, Iowa Agriprocessors plant and Sholom Mordechai Rubashkin's second arrest on charges of financial fraud, resulting in an unusually harsh sentence of twenty seven years in prison.

קליפ » 30/11/2011 02:25

* width="700" height="386"><*

קליפ » 30/11/2011 02:25

קליפ » 1/12/2011 22:29

* width="700" height="386"><*

קליפ » 1/12/2011 22:29