בלויז פיר וואכן טייילט אונז אפ פון דעם קומענדיגן עלעקשאן וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן דינסטאג תולדות למס' נאוועמבער דער צווייטער.
ווען דער היינטיגער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן קנאפע צוויי יאר צוריק – גלייך נאכן אבאמא געווינס, האבן די דערשלאגענע ריפובליקאנער פארטיי זיך צוזאמגענומען וואס מען קען טון צו פארמיידן פרישע בזיונות אין די צוואנציג-צען עלעקשאן. אין פאקט האבן זיי גארנישט געטון עפעס ספעציעל אז אמעריקאנער זאלן זיי ענדערש געטרויען, אבער דער פאקט אז אמעריקאנער האבן טאקע ערוויילט באראק אבאמא, האט פון זיך אליינס אנגעהויבן אנגעהויבן צו טיילן פעטש פאר די דעמאקראטן מיטן זעהן אז דער העכסט ערווארטעטער צוגעזאגטער טויש איז קיינמאל נישט אנגעקומען, און די עקאנאמיע האלט דארט וואו עס האלט.
מיט בלויז צוויי יאר צוריק האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז די ריפובליקאנער וועלן אריינטרעטן צום עלעקשאן מיט אויפגעהויבענע קעפ, אבער שטייענדיג היינט איז שוין נאר די פראגע 'וויפיל' דער געווינס וועט זיין.
אין דעם היינטיגן קאמפיין ליגט אויפן טיש 37 סענאט און גאווענאר זיצן, אזוי אויך אלע 435 קאנגרעס בענקלעך.
דער מערסט נאכגעפאלגטער פארמעסט, איז - ווי שטענדיג ביי מידטורם וואלן – דער סענאט. די דעמאקראטן פארמאגן אצינד 59 זיצן, אריינגערעכנט זייער צוויי אינדיפענדענטס, דאקעגן פארמאגן די ריפובליקאנער בלויז 41 בענקלעך.
אין אן אויבערפלעכליכער בליק קוקט אויס אז די ריפובליקאנער וועלן צובאקומען 5 פרישע זיצן, אבער זייער חלום איז אז דער יאר למס' 10' וועט מיטלויפן מיט די יארן כדי צו געווינען גענצליך סענאט קאנטראל. וואס הייסט? אין 02' האבן די ריפובליקאנער געווינען 2 זיצן, אין 04' 4 זיצן, אין 06' האבן די דעמאקראטן געווינען 6 זיצן, אין 08' 8 בענקלעך. טענה'ן די ריפובליקאנער אז ס'איז נישט מער ווי יושר אז אין 10' זאלן זיי געווינען 10 זיצן, נישט אזוי?
עכ"פ, עס איז נישט בלויז א חלום, נאר פאקטיש אויך א מעגליכקייט. טראצדעם וואס די טיי-אווענט חברה האבן אנגעוואוירן דעם דעליוועיר סענאט זיץ פונעם וויצע פרעזידענט, איז נאך אלץ דא א מעגליכקייט אז די רעפ'ס וועלן ארויסכאפן נאך 5 זיצן אנקומענדיג צום ציל.
צווישן די פינף מער פארזיכערטע געוויסן איז אריינגערעכנט 1) נארט דעקאטע ווי בייראן דארגען האט רעזיגנירט, צוברענגענדיג אז דער רעפובליקאנער גאווערנאר דזשאן האעווען האט א 50 פראצענטיגער אויבערהאנט אין די אנקעטעס, 2) ארקאנסאו וואו די אמטירענדע סענעטאר בלאנשע לינקאלן שטייט מיט 20 פראצענט נידריגער פון דזשאן בוזמאן, 3) אינדיאנא וואו דען קאוטס וואס האט זיך צוריקגעבענקט צו זיין זיץ שטייט העכער ברעד עלסווארט מיט 15-20 פראצענט נאכדעם וואס עווען בעי האט באשלאסן צו רעטייערן, 4) פענסילוועניע וואו פעט טומי האט שוין פאר א שיינע שטיק צייט א 5-10 פראצענטיגער אויבערהאנט איבער דזשאו סעסטאק פארן זיץ וואס ארלען ספעקטער האט פארלוירן אינעם פריימערי, 5) וויסקאנסין וואו ראן דזשאנסאן האלט שוין אן זיין 5-10 פראצענטיגן אויבערהאנט פאר א חודזש צייט איבער סענעטאר ראס פיינגאלד.
די אנדערע פינף זיצן זענען אצינד אין א 'טאוס-אפ' פאזיציע אינעם פאליטישן שפראך, דהיינו עס קען גיין ביידע וועגן. 1) קאלאראדא וואו קען באק שטייט געציילטע פראצענט העכער סענעטאר מייקל בענעט, 2) מערב ווירדזשיניע וואו דזשאן ריסי האט זיך די לעצטע עטליכע וואכן געשטעלט מיט עטליכע פונקטן העכער גאווערנאר דזשאו מענשין, 3) אילינאי וואו מארק קירק שטייט כמעט גלייך מיט אלעקסי דזשיאנאוליעס צו געווינען אבאמא'ס זיץ, 4) נאוואדא וואו שעראן ענגעל איז מער ווייניגער גלייך מיטן מאיריטעט פירער הערי ריעד, 5) וואשינגטאן וואו דינאו ראסי שטייט גלייך מיט סענעטאר פעטי מורעי.
דאס אלעס איז ווי פארשטענדליך נאר נאכדעם וואס עס גייט געלונגען פאר די ריפובליקאנער אנצוהאלטן זייער ביז איצטיגע זיצן. אבער פון די אנדערע זייט ברויכן די דעמאקראטן זעהן אנצוהאלטן כאטש די אנדערע זיצן ווי קאליפארניע ווי סענעטאר באקסער שטייט מיט בלויז עטליכע פונקטן איבער קארלי פיארינע, און קאנעטיקוט וואו אטוירני דזשענעראל ריטשארד בלומענטאהל שטייט מיט 5-10 פונקטן העכער לינדא מקמאהאן, און אפגערעדט אז סענעטאר דזשיליבראנד וועט מיזן אנהאלטן דעם זיץ קעגן דזשאו דיאגווארדי וואס שטייט לויט טייל אנקעטעס נישט אזוי ווייט אונטערשטעליג.
אז מ'רעדט שוין פון ניו יארק איז אפשר טאקע אויך אינטערסאנט ארומצורעדן איבער דעם אונטערסאנטער גאווערנאר פארמעסט, אבער דאס איז א באזונדערער שמועס.
עס איז נאך דא אסאך צורעדן, אבער דער פאקטישער אויסגאנג איז נאך זייער ווייט צו פאראויס שאצן פון פיר וואכן פאראויס, ווען אין פאקט ווענדט זיך דער אויסגאנג סייווי בלויז אין די טוירנאוט וואס די קאנדידאטן וועלן פארשטעלן. אפגערעדט ווען אין אזוי פיל פארמעסן איז דא ריזיגע ציפערן פון אומבאשלאסענע וויילער, וועלכע קענען פארן אין יעדן ריכטונג.