היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » מייסטער באריכט: דער בלאט ווערסיע אויף סאוט 8 ביהמ"ד

מייסטער באריכט: דער בלאט ווערסיע אויף סאוט 8 ביהמ"ד

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2832476

טאטעלע » 4/10/2010 22:38

"איך ווייס נישט פארוואס די זאליס זענען נישט עקסייטעד" דאס זענען די ווערטער פון ספין מייסטער און בדחן שמואל ווידער ווען ער האט זיך אויסגעוויינט פאר יצחק ראזענבערג אויף דעם אהרונישן דורכפאל ביים פרובירן צו פארכאפן בעלות אויפן סאוט אכט ביהמ"ד.
 
ווי באקאנט האבן די אהרונים בשתיקה ובגניבה פרובירט איבערצושרייבן דעם דיעד פון סאטמאר ביהמ"ד אויף סאוט אכט צו זייער בעלות, ווען די הויפט שפילער זענען געווען משה יוסף ווערטהיימער וזוגתו אסתר און אברהמי רובין (וזוגתו?..). פאר קהל יטב לב איז מיט גרויס סייעתא דשמיא באצייטענס אנגעקומען די שמועה אז די אהרונים גרייטן זיך אויף די גניבה, און האבן דאס ב"ה אפגעשטעלט, אבער נישט איידער די חלה דעקלעך האבן אריינגעכאפט א חסדי השם טאנץ אויף די הויעכע טענער.
 
אויפן זעלבן וועג וויאזוי דער פלאן פון די גניבה איז אנדעקט געווארן איז יעצט נתגלה געווארן דער מהלך וויאזוי מ'גייט ספינען די אקסן די וואך אין בלאט.
 
מיר וועלן איבערגעבן דאס ווארט פאר ר' שמואל ווידער יר"ה וואו ער געט איבער דעם טרויעריגן באריכט פאר יצחק ראזענבערג, און וויאזוי מ'וועט דאס דעקן אין בלאט:
 
http://www.youtube.com/watch?v=wmFWAxe2Hgo



תוקן על ידי המהדרין ב- 04/10/2010 23:07:05

1satmar » 4/10/2010 22:41

סודות אנטפלעקט, דער עורך הבלאט ש' ווידער פארציילט דעם סוד פארן וואנע-בי פרעזידענט איטשע ראזענבערג



תוקן על ידי 1satmar ב- 04/10/2010 22:57:28

ברעקינג » 4/10/2010 22:49

עס איז שמואל ווידער

ווי האט מען עס דערטשאפעט?

עס זעט אויס אז די בני אהרן האבן דאס יאר אנגעהויבן נישט מיט א גוטן ריכטונג

אייזענבאך » 5/10/2010 01:39

yuchw » 5/10/2010 01:45

אה! דער טיפש און דפוק שמואל ווידער טענה'עט אז מיטן אריינטרעטן אין געריכט האט מען מגלה דעת געווען אז מ'האט נישט צוריק געשטעלט די דיעד.

אויך זאגט ער אז זיי זענען צופרידן ווי אזוי עס פארט.


עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן.

נער_הייתי » 5/10/2010 01:54

אוי איז דאס פיינע סחורה

מתוק מדבש!

apnews » 5/10/2010 02:17

Who can upload shmiel Wieder old message to Indig about Vine ruv

קעציל » 5/10/2010 04:15

נישט אומזיסט איז שמואל א בדחן, גיסט עמערס מיט לצנות פאר זיינע שעפסען וואך איין וואך אויס.
ווי אזוי האט ער געשריבן נאך ראזענוואסערס פסק? "דער אמת זיגט"... בערל פר"מ איז אוסשליסליכער ראה"ק און קהל יטב לב, ווייסט איינער וואס פעלט זיי אויס צי טוישען דיעד'ס?

123news » 5/10/2010 14:08

דער מח וואשער עורך הבלאט פאר די חלה דעקלעך ל"ע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ברעקינג » 5/10/2010 20:58

וואו מאנכע געבן איבער האט שומאל ווידער פארלוירן נעכטן ביינאכט אויף געציילטע שטונדן זיין חוש הבדחנות, און האט געלאזט פאלן מיאוסע לאזונגען אויף זיינע שונאים.

יואל_לאנדא » 5/10/2010 21:31

עס לאזט זיך שווער גלייבן וואס פאר סמכות ''עליונה'' דארט איז דא, ממש א ערב הושענא רבא גייט מען אריין אין ערכעות אן קיין שום בושה, אין מ'איז מרים יד בתורת משה. אן אפי' שטעלן א פנים כאילו מ'וואלט געוואלט יענעם רופן צו דין תורה.
 
אלעס מ'זאל קענען שיקען א מעסעזש 2 מיניט פארן זמן מיט די פאבריקאציע אז זיי האבען א TRO - וואס קיינער האט דערווייל נישט געברענגט א לינק דערצו צו קענען באשטעטיגען. (באלד וועלן אלע זאלי'ס אויפשפרינגען אז אויף א דיעד גייט מען נישט צו דין תורה... ווארט אביסל - די שאלה איז אויף וואס גייט מען יא צו די''ת!)
 
עס איז נישט דאס ערשטע מאל ווען די זמן שפילט נישט קיין ראלע, די אפעלאט אויפן בית החיים קעיס ווי ער איז אריין בערכעות אויך אן קיין שום הזמנה לדי''ת והיתר בי''ד איז געווען דורך זיין לויער אינעם סאמע 'יום הקדוש'
 
דאס איז די סמכות עליונה פין די זאלי'ס

ברעקינג » 6/10/2010 22:36

שמואל ווידער האט געפענט א פערזענליכע אינוועסטיגעישאן צו דערגיין ווער עס האט איהם אזוי גוט מסדר געווען


theחדשות » 6/10/2010 23:28

איינער רעדט זיך דא באמת איין אז יצחק ראזענבערג דארף אנצוקומען צו שמואל ווידער צו הערן די נייעס פון די קאורט?
יצחק איז געווענדליך דארט, אויב נישט ער, איז זיין זוהן דארט.
מ'הערט אויף די טעיפ ווי אזוי שמואל "דערציילט" פאר יצחק ווער דער שופט איז. יצחק ראזענבערג ווייסט נישט ווער די שופט איז?
יצחק רעדט נישט צו די לויערס צו הערן ווי אזוי עס איז געווען? ער דארף צוקומען צו שמואל ווידער?

און בדרך אגב וועגן שמואל. איך האב אמאל גערעדט צו דער זקן מרדכי לאנדא פון קרית יואל. און איך האב אים געזאגט אז שמואל וויל ווערן אזוי ווי סענדער דייטש. זאגט ער מיר: איך האב געקענט סנדר דייטש, שמואל איז אסאך קליגער פון אים.

נחזור לעינינו. ווער עס טראכט אריין אינעם טעיפ, זעהט אז עס איז געפעלשט פון אנהייב ביזן סוף. (אפשר האט דאס גאר שמואל ווידער ארויסגעשיקט כדי מ'זאל זיך איינרעדן אז ער איז נאך די מכניס ומוציא ביי יצחק ראזענבערג)


תוקן על ידי theחדשות ב- 06/10/2010 23:34:28

געלעכטער » 8/10/2010 03:24

למעשה זעט אויס אז שמואל האט זיך דערזען מיטן ספין אינדערויסן, האט ער קיין ווארט נישט געשריבן אין בלאט. נעבעך.

פריינדליך » 8/10/2010 04:16

אויב שטייט איר אזוי גוט. דאן וואס איז פשט פון די צעטל וואס איז געהאנגען אין סאוט 8 היינט. אז מען זאל מתפלל זיין אז ווערטהיימער און רובין זאלן נישט קענען אויספירן זייערע פלענער? די ארונים קענען דאך שוין גארנישט טון? דאכט זיך מיר אז ביים ביה"ח קאורט איז נישט געווען אזא צעטל. מיינט דאס אז יעצט האט איר נאך קלענערע שאנסן?

קעציל » 8/10/2010 07:47

משה פאלקאוויטש האט היינט געזאגט אין זיין פיש געשעפט און פלעטבוש אז ביז אפאר טעג וועלן די ארונים האבן דעם סאוט אכט בית המדרש.

פריינדליך » 8/10/2010 11:17

ליצנות איןא זייט געלייגט. האט עטס טאקע די זעלבע שאנסן מיט סאוט 8 ווי מיטן ביה"ח?(אדער שוואכער. לויט דעם צעטל)

געלעכטער » 8/10/2010 16:19

איז שמואל ווידער גענצליך מיס-אינפארמירט?
 
און א חיזוק מעסעדזש וואס די אהרונים האבן היינט ארומגעשיקט שטייט אז היינט ווען מען לכאורה נאר דן זיין אין געריכט ווער עס זאל זיין דער ריכטער אויף דעם קעיס, און דא אויף דעם טעיפ רעדט דאך שוין שמואל מיט אזא זיכערקייט ווער דער ריכטער איז, און אז ער איז אפילו א ארטאדאקסישער איד וכו'
 
SatmarLive: After 10 years already Zalis not coming to Din Torah our Rushie Kehila are working hard to get back deed of South 8 Biem"d 2original owners>
 
SatmarLive:

SatmarNews » 8/10/2010 16:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


שיףרבי » 8/10/2010 16:30

ווען מען איז מתפלל יענער זאל נישט האבן א שליטה קומט דאס מיט'ן טאטענ'ס נאמען!

SatmarNews » 8/10/2010 16:43

אבער משה חיים רובין לרפ"ש האט געבעטן: "בקהלם אל תחד כבודי"


שיףרבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען מען איז מתפלל יענער זאל נישט האבן א שליטה קומט דאס מיט'ן טאטענ'ס נאמען!

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 8/10/2010 16:46

satmar90 South 8 U/D: the Ahroinim are trying to say that its the same old case, we argue its a new case. Ahroinim say they don't have papers ready

SatmarNews » 8/10/2010 17:55

עסקנים פון סאוט 8 ביהמ"ד היינט אין געריכט
[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 8/10/2010 18:44

satmar90 South 8 U/D: next week wed. 2:30 will be another hearing front of Judge Schmid

_________________

HTML clipboardSatmarNews


SatmarNews » 8/10/2010 18:46

SatmarHQ South 8 court today: first the case arrived to justice ruchelsman he rejected to take the case since he is in good relationship
<

SatmarHQ with the ahronim's attorney, he asked chief judge to assign judge to case. After that we got stipulation to go to justice Schmidt

סוג » 9/10/2010 21:05

וואס איז  געשעהן מיט שמואל ווידער'ס נביאות אז דער טי. אר. או. איז נאר ביז פרייטאג פרשת נח?

פריש » 23/10/2011 20:52

זיסע זכרונות: דער אהרונישער חלום איבערן בעלות אויף סאוט אכט שוהל.