| הנגיד_רבי כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | סקאט, א גאנצע פערד ביזטו דאך נישט. דו האלסט טאקע אז אהרן האט נאר געוואלט אויפבויען זיין לייף דריעם: דעם נייען ביהמ''ד פאר זיין זוהן מענדל,
און פאר די איין שבת-שמות וואס ער וואלט אריין געקומען...?
און דו האלטס למשל אויך, אז ער האט געווארט שמיני עצרת אינדערפרי, אז זיינע מענטשן זאלן אינוואדירן
דעם ''ראדני'' שוהל, נאר אז זיין בנ'ק מענדל זאל האבן דעם שוהל...?
און דו האלסט אז די אלע מיליאנען וואס די ארונים גיבן אויס פאר'ן קאורט צו געווינען דעם רבי'נס הויז,
און די נייע שוהל, און אלע שוהלן, איז טאקע נאר אז מענדל זאל האבן א מלוכה בחיי אביו....?
זיי נישט קיין נער אהרן לייגט זיך מיט ראדני און 550, און שטייט אויף דערמיט,
און די רגע וואס זיין לעבנס-טרוים ווערט פארוויקליכט,
קומט ער צו פליען מיט אן אמבולאנס, מיט זיינע פעק און זעק...!! |
|
הנגיד, זעהסט, דיין קאפ טראכט נאר פון די מציאות וואס די זעהסט יעצט פאר דיינע אויגן, קענסט נישט טראכטן פון קיין היכי תמצא אלימלא די מציאות וואלט געווען אנדערש,
למשל די זאגסט אז ר' אהרן טראכט אגאנצן טאג פון ראדני און 550 בעדפארד,
אוואדי, קיינער זאגט נישט אז נישט, איך בין מודה מיט דיר 100%
אבער דאס איז נאר ווייל ר' זלמן לייב טייטלבוים, זיין ארכי-קאנקורענץ, אקופירט עס, ממילא היות ער האט עס נישט, האט ער א שאיפה עס צוריק צי באקומען,
יעצט זיי דיך מצייר אלימלא די גאנצע זאך פון ר' זלמן לייב וואלט קיינמאל נישט געווען, אין ראדני מיט 550 בעדפארד וואלט מאליו געווען תחת רשותו, וואלט ראדני מיט גארפילד געווען די זעלבע מיוחס,
אויב ביידע זענען די זעלבע מיוחס, און ביידע זענען תחת רשותו אפגעזעהן ווי ער וואוינט, האט דאך נישט קיין פירוש צו איבערלאזן די סאטמארע שטעטל, ווי ער וואוינט שוין 25 יאר, ווי לכתחלה ברויך ווען דארט דער סאטמארער רבי דארט וואוינען,
איי ר' מענדל איז אין וומ"ב, ר' מענדל איז נישט זיין קאנקורענץ, אדרבא ער איז תחת ממשלתו, ער האלט עס אן פאר איהם, פארוואס זאל ער חליש'ן דערנאך
הדבר פשוט מאוד, והארכתי יותר מדי...