דאס ליצנות פון די ראדני מצה טאשן און בשמים ביקסלעך איז דער מדובר אין די שטאט אומעטום.
אויב ווייסט איר נישט וואס "מצה טאש" און בשמים ביקסל באדייט, דאן זענט איר א פולנער חלה דעקל אדער א מיטעלמאן.
א יאר צוריק האבן די ראדני מצה טאשן ארויסגעלייגט די פאלגענדע לוח המודעות, וואס האט זיי צונאר געלייגט איבער די גאנצע וועלט.
לוח המודעות איז דאך ממש דאס ליצנות אין די שטאט.
(http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2700954&forum_id=16386)
זייט 1: (תש"ע)
[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט 2 האט מען מקדיש געווען פאר די "נילעס האכאג" צערעמאניע (תש"ע)
[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאר האבן די בשמים ביקסלעך איבערגעשטיגן זייער טפשות גאנץ ראצפערד און מישקולץ... און וואו מ'שטייט און מ'גייט לאכט מען פון די אפגעריסענע צעשאסענע משוגעים.
א רבי'ן א פוסטן משוגענעם, און נאכשלעפער חמורים הגונים, וואס פאסט מישקאלץ.
* די שוטים אדווערטייזן אז זיי גייען פארטיילן מתנות און לאלי פאפס פאר די קינדער, אבי זיי זאלן נאר קומען.
* מ'וועט אויך ספעציעל ליידיג מאכן די שול...
* מ'וועט אויך אויפשטעלן "ספעציעל" הויכשטאקיגע פארענטשעס אונטער די גאלעריען אויף דרום און צפון...
די שוטים גייען ווייטער מיט'ן אהערשטעלן אלע זייערע מקוואות אין וויליאמסבורג.
די ערשטע מקוה איז ראדני. די צווייטע איז ביי ווילסאן קאר. ראס... (א מקוה מיט טרערן אדער אפשר בלוט).
נאך א מקוה איז ביי רז"ל אינדערהיים...
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
פיטער לוגער איז אויך א וויכטיגער סימבאל פון די זאלי קאמפאני...
אבער דאס בעסטע איז נאך, אז ווען אין תש"ע האט די "נילעס האחאג" צערעמאניע פארנומען א גאנצן דריטל פעידזש.
האט דאס היי יאר געדראפט צו א קליינע שורה'לע....
ראדני סוכות תשע"א. ליצנות שטייגט.
ער געדענקט נאך די בושות פין פאריאר
קוקט די קליפ אינטען
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2824044&forum_id=16386
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2831056&forum_id=16386
פין אישי, {מיט מיינע הגהות}
די בושות היי יאר ראדני זענען איבערגעשטיגען פי כמה סיי וועלכע פריעדיגע יאר
היי יאר זענען מענטשן מער געקומען קוקען זיין שול, נאכען באקאנטען פליק וואס ער האט געכאפט אז ער קען נישט ניצן די ראסס סט' שול פאר די פיקטשער טיש
מענטשן זענען אריינגקומען ביי די הקפות אין נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעהן
פינקט ווי די ארונים מיטשענען זיך מיט פלאץ אין פראבירן אלע וועגן וויאזוי מ'זאל קענען אריינשטופן נאך שטיי פלעצער ביי די הקפות פראבירן זיי מיט אלע וועגן איינצוצויען זייער שול אין אנפולן מיט סטארעזש אין דורכגענג,
די סטעיזשעס זענען ממש געווען די געלעכטער ביי אלע ציקוקער אין די בחורים העכער 16 יאר וואס זענען געקומען האבען זיך געשעמט צו שטיין דערויף
אויב איז די מאפע פין לעצטע יאר געווען פורים איז היי יאר געווען אסאך ארגער ווען האלב בית שני איז געוווען פיל מיט סטארעזש אין די פאליש איז ווייטער געווען גענצליך פארמאכט, אין אויף צפון איז געווען ברייטע דורכגענג אינטער די סטעיזשעס.
ישעי' קרויס'ס זון האט היי יאר ווידער געמאכט די קאלירפולע פראפאגענדע בלעטעל מיט אינסטראקשאנס ווי די בחורים וועלן מעגן שטיין אין אז אויף מעריב וועלן נאר קינדער מעגן שטיין אינטער די אויפזיכט פין מלמדים, מיט הבטחות אויף ממתקים
(ער האט שוין עקספירעיעס פין די פארמאכטע בלוץ בלעטעל אין די פיקטשער אויסגאבע וואס זיי האבען ארוםגעשיקט פאר יו''ט)
זענדיג ווי ער האלט האט ער ביי נעילת החג אויך געמיזט ניצן די סטעיזשעס (דאס מיינט אז שבועות האט ער שוין געהאלט לכאורה א גרעסרע טיש ווי מוצאי שמחת תורה.)
די דעפרעסיע איז גערונען פין אלע נעזער, אין די נאכווייען קען מען נישט פאראויס זאגען.
ג'גנב'ט א בית מדרש אין עס ברענגט אים נאר בושות....
פארשטייט זיך אז קיין כתיבת האותיות איז נישט געווען.
און זאליס האבן געשריבען אז הרוצה בעילם שמו האט עס מנדב געווען...
זעהט אויס אז דאס איז דער זעלבער הרוצה בעילם שמו וואס האט געווינען די וויקאציע גורל, פאר ווער עס האט געגעבען געלט פאר פאלאקס לאט, און עד היום שטייט נישט ווער עס האט געווינען דער גורל.
אז די פארענטשעס אויף מזרח זענען געווען ביז די וואנט.... (חוץ די צענדליגער יודן וואס זענען געקומען צו די הקפות קען אים קיינער נישט אפפרעגן)
ער ווייסט נישט אז אויפן פראפגאנדע בלעטל שטייט שוין אז דארט ליגען בענק פאר די ''אלטע...'' אידן
וועגן דעם איז עס אזוי אויסגעשפילט....
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2832513&forum_id=771
אינטערסאנט
היי יאר האט ער געפראוועט אין די ''קליינע ראדני סוכה'' נאך פאר חצות (ווי יעדער יאר) אין ס'האט אויסגעקוקט נאך ארגער ווי פאריאר
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/10/2010 01:08:18
אזוי פיל זיין ביזי מיט יענעם?
עס רינט שוין פון די נאז ווען יעדען איינציגן יומא דפגרא זענען די ארונים ביזי וויפיל מענטשן די זאלי'ס האבן געהאט, נאכאמאל אין נאכאמאל דארף מען איבער חזרן אז די זלונים זענען נישט מער פון צוויי דריי מענטשן, זלמן לייב מיטשעט זיך ארום מיט מנין טאג איין טאג אויס, זיין גרעסטע פראבלעם איז נאך צווייטע טעג סוכות, דעמאלטס קען ער קיין מנין נישט צאמקראצן אזש אז וועסט אפפערן א מיליאן דאלאר וועט א מענטש נישט אריינטרעטן אין ראדני.
אזוי איז משמע פון דעם אשכול, צו עס איז אמת ווייסעך נישט, אבער פארוואס מען דארף עס חזרן אין חזרן איז מיר באמת א פלא
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 07/10/2010 19:40:07
זיי כבוד מיינט גארנישט זיי לאכן פין אים ער בלוטיגעט אויס
ער ברענגט 50 בחורים פין לאנדאן באצלעט 300 פונט פאר א יעדן בחור אין דערצייט לויפן דער בחור קיין הופער א בליק טאן אין ס'איז דער נאך מיט דעם בחור ער זעהט תיכף איין ווער דער ממלא מקום פין רבינו הקדוש איז
אלעס איז דער לא איכפת ליה.
|
ניין איך פארשטיי בכלל נישט,
טאמער עס וועט זיין אפאר חברה וואס וועלען זאגן למשל אויף קאזניצער רבי פון קיעפ סט אז ער געהאט אפאר טויזענט מענטשן ביי די הקפות, וועט אויך זיין דא צענדליגע אשכולות אויפציווייזן וואס פארא לוזער ער איז, אין ער האט נאר צוואנציג דרייסיג מענטשן?
דאס אז ענק דארפן אזויפיל אויפווייזן, אין שרייבן אזויפיל וואס פאר א לוזער זלמן לייב איז דאס ווייזט דאך קלאר אז ער איז גאנץ פיין מצליח אין ער שטייט ענק ווי א דארן אין אויג. פארשטאנען?
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/10/2010 18:01:33
ווי לאנג ער זיצט אין ג'גנבט'ע בילדינגס וואס ער איז מחזיק בגניבה
אין קען זיך נישט קיין עצה געבן וויאזוי עס אנצופילן איז עס א געשמאק יעדע'ס מאל מיטצוהאלטען זיינע דורכפעלער טראץ וואס ער פראבירט מיט אלע קינדערישע מיטלן פין סטעיזשעס אין קינדער פארענטשעס מיט פעקלעך
אין איך פארשטיי פארוואס דיר טוט וויי אז מען רעדט פין אים....
|
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/10/2010 23:41:50
די נייעס פין די אויסגעשפילטע הקפות איז שוין אראפ פין טיש - די זאלי'ס אטעמען שוין אפ, די סטעיזשעס זענען שוין אוועקגעלייגט, די איבריגע פעקלעך פאר די קינדער וועט מען זיך א עצה געבן, די אטאקע ביים באגלייטען אויף די פאליציי איז שוין פאראיבער, וכו'
אבער עמיצער האט מיר געשיקט א קליפ פין די נעילת החג וואס וואלט כדאי געווען צו פאוסטן
ווי באקאנט האבען די זאלי'ס ארומגעשיקט דורך זייער PR אין JDN פיקטשערס נעטווארק אין שפעטער אויך ארויפגעלייגט אויף זייער ענגלישער וועבזייטל אין די יודישע מאגעזינען (דארט ווי ער באצאלט ''10 טויזענט דאללער'' בעצם יום הפורים) עפעס מאדנע בילדער
ווי עס האט אויסגעקוקט ראדני אפאר הינדערט פיס לאנג (ווער עס קען זאל עס פאוסטן) אזש די שול האט שוין באלד אויסגעקוקט גרעסער פין די ראס סט' שול
פין די קליפ אבער זעהט מען אבער א מין מיספארשענדעניש וואס איז סותר פין די בילדער,
פארשטייט זיך אז דאס איז געכאפט געווארען דורך א זאלי, פין די אויבן אן אינטערן דער שטריק'ס בענקל, נאר מושים סיבה האט מען עס נישט געקענט ניצן פאר JDN, עס איז געכאפט פין די נעילת החג ביי די קלימאקס, עס איז מערקבאר די טערדישענאל מנהג אנצוהאלטן די ברייטע טיש אינטמיטן
קוקט אויף די ''מיליאנען אין גיגאנטישען ראדני שול''