אנגעהויבן מיטן טיש הושענא רבה אויף דערנאכט
דער הושענא רבה גופא די בכיות נוראות פין טויזנטער יודען
די הקפות די ערשטע נאכט יום טוב
די גרעסטע ציזאקום אין דעם שול ביי גשם וואס דער בילד פין טויזנטער יודען שרייען לחיים ולא למות וועט מען קיינמאל נישט פארגעסן
די געזענגען פין סוכה אין נאך דעם אנווינטשען א גוט יום טוב אין בית מדרש במעמד אלפים
אין הקפות שמחת תורה באנאכט ביז האלב פינעף פארטאגס
די הקפות צופרי, די תורה פין רבי'ן פאר די זעקסטע הקפה והיה ביום השישי אין די געטענץ פין קרוב צי צען טויזנט יודען
דעם שבת וואס דער ציבור האט זיך נישט געוואלט אפרייסן פין רבי'ן
דאס שלש סעודות אין נעילת החג אין דאס זינגען ניגוני התעורות פין הרה"ק בעל קדושת לוי וואס די רבי האט געהייסן זיניגען
אשרי עין ראתה כל אלה
דער יום טוב איז אריבער אן קיין ברייטע פארנטשעס אין אן קיין מתנות אין מעטמים פאר די קינדער
אן קיין מאפעס ( פין פוטער לוגער)
אין אן קיין דעפרעסיע אלעס מיט א געשטפעניש מיט א שמחה הנפש והחיים
דער אייבישטער זאל העלפן ווי די רבי האט געזאגט חדו השתא האי שעת"א אז תשע"א זאל מען שוין וויסן נאר פין פרייד