היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרישע סוכה בראך! נאך א סוכה צוטראסקעט ניסי ניסים

פרישע סוכה בראך! נאך א סוכה צוטראסקעט ניסי ניסים

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2831162

הבדלה_מנין » 29/9/2010 15:03

ידען אומעטום אין חסידי סקולען בפרט געבן אפ א שבח והודאה צוום באשעפער פאר די גרויסע השגחה פרטיות וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטען ווען צענדליגע אידן בראשם הרה"ק מסקולען שליט"א זענען ניצל געווארן פון א זיכערן אומגליק.
די מעשה האט פאסירט נעכטען נאכט ווען די רבי שליט"א האט נישט געפראוועט די שמחת בית השואבה אונעם סוכה ביז און די שפעטע נאכט שעה'ן כמנהגו, צוליב די רעגן.
עס איז געוועזן א ערך פון אפגעריקטע 20 מינוט וואס די עולם און די סקולענע רבי האבן פארלאזט די סוכה (אינעם ראלי האטעל) און טרראאאךךך די סוכה האט זיך איבערגעבראכן און אלעס האט געטראסקעט מיט א מעכטיגע קראפט, געבליבן איז א בארג איינגעפאלע אייזענעס אין ברעטער פונעם סוכה און טישן, פלאך מאכענדיג אלעס וואס איז געווען אונטער איר.
אינעם סקולענע קאנטרי האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד טאנצן חסדי השם אינמיטן די נאכט ווען די נייעס איז אנגעיקומען, די סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט פאר איינע פון די מקורבים, בזה"ל: "דאס איז נאר איינע פון די פילע ניסים פונעם אייבערשטען וואס מיר זעען, ווייסט איר דען וויפיל מער עס איז דא אין מיר זעען נישט?!

חכם_אומר » 4/10/2010 09:04

וואו איז די אחריות? וויאזוי האט מען לכתחילה געלאזט בויען אזא סוכה?