היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אש ומים רבים לא יכלו לכבות: בילדער און קליפס רבבות ביי אושפי...

אש ומים רבים לא יכלו לכבות: בילדער און קליפס רבבות ביי אושפי...

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2830297

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:28

אש ומים רבים לא יכלו לכבות: בילדער און קליפס רבבות ביי אושפיזא דמשה בצ"ק רבינו שליט"א

"מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה" איז דער אויסדריק פון די רבבות חסידים ואנשי מעשה וואס האבן געהאט די זכיה מיט צולעבן דעם היסטארישען אושפיזא דמשה טיש אינעם גיגאנטישען סוכה הענקי בחצר ביהמ"ד החדש בצל קדשו פון עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער גרויסער מנהיג העדה הקדושה עד ביאת הגואל, וואס איז ווארשיינליך באצייכענט געווארען אלס דער גרעסטע  סוכות טיש פון סאטמאר מיום הווסדה ע"י רביה"ק זי"ע על אדמת אמעריקא עד היום הזה, 

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:35

* width="480" height="385"> <*

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:36

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:45

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:49

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 26/9/2010 12:56

דאס איז א טייל פון די בילדער וואס JDN האט ארויסגעשיקט.

טאטעלע » 26/9/2010 15:21

הערליך שיין! אבער עס קומט נאך אלטס נישט צו וויאזוי עס איז געווען בשעת מעשה,
 
מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו! אזא געהויבענע נאכט וועט קיינמאל נישט ארויס גיין פון זכרון פון די אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר וואס האבן דאס מיטגעלעבט ואשרי עין ראתה בשמחת קהלינו דער ריזן ציבור לאלפי אלפים זקנים עם נערים כאיש אחד ובלב אחד תחת קורת גג אחד בצילא דמהימנותא קדישא פון מרן רבינו שליט"א דער מנהיג פון דער גרעסטער עדה קדושה בישראל, עס האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז "נצח ישראל לא ישקר" די גרעסער ציבור אנ"ש תלמידי וחסידי רבותיה"ק זי"ע האלטן זיך ווייטער געטריי צו ממלא מקומם כ"ק מרן שליט"א דער רועה נאמן ושומר הפקדון לבל ישלטו זרים וועלעכע שטייט על המשמר אז מ'זאל נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא פונעם דרך האמת כפי שהורה לנו אותו זקן מרן רביה"ק בעל "ויואל משה" זי"ע און ווי מרן רבינו הגה"ק בעל "ברך משה" זי"ע האט מיט אונז געלערנט און געחזר'ט אלע יארען און ביי אלע דרשות איז די הייליגע דיבורים פונעם פעטער געווען קילורין לעינים און שטענדיג געזאגט אז מיר ברויכן אריינצוקלערן וויאזוי דער פעטער וואלט געטוהן אזא צייט און נאר אזוי דארפן מיר זיך פירען בכל עת ובכל זמן, באזונדער איז געווען א פארגענוגען צו כאפן א בליק און ארויפצוקוקען - ווי ווייט דער אויג האט געקענט זעהן - אויף די הויכע ווענט מיט פארענטשעס לענגאויס די צוויי זייטן פונעם סוכה וואס האט אויסגעקוקט ווי מויערן ווענט ווי עס זענען געווען פלאצירט די טויזנטער בחורים תלמידי ישיבתינו הקדושות דער פרישער לגיון של מלך פון דער נייער דור,
 
נאך אזא נאכט בלייבט אונז איבער צו חזר'ן די הייליגע דיבורים פונעם רבין זי"ע דער ברך משה וואס האט שוין פאראויס געזאגט ווען דער מצב איז נאך געווען שווארץ: "לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי", וכל ארבע רוחות שבעולם לא יזוזו אותנו! אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו!

קמץ_בארד » 26/9/2010 17:20

כאילו די ארונים האבן געוואלט ענק זאלן עסן חוץ לסוכה, אדער ס'באדערט זיי אז עטס פראוועטס א שמחת בית השואבה, ס"ה האבן זיי ענק ארויסגעשטעלט פון א מפוקפוק'דיגע סוכה גזולה, צו אפאר פיס ארויפציר צו א סוכה כשרה ומהודרת....פאר אזא נארישע אומאיינגענעמליכקייט פון אפאר פיס, ווערט שוין א 911 קאל, מים רבים, אהבה מסתרת, היסטאריש, לא ירעו...און נאך דאס האט דער ברך משה מיט דער רבי ז"ל, מיט אלע צדיקים הקודמים ביז דוד המלך געמיינט, נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פארשימעלטע חסידישע פאליטיק..איין ווארט קומט מיר אין קאפ....נעבעך

פריינדליך » 26/9/2010 17:45

אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור

אייזענבאך » 26/9/2010 17:57

קמץ_בארד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כאילו די ארונים האבן געוואלט ענק זאלן עסן חוץ לסוכה, אדער ס'באדערט זיי אז עטס פראוועטס א שמחת בית השואבה, ס"ה האבן זיי ענק ארויסגעשטעלט פון א מפוקפוק'דיגע סוכה גזולה, צו אפאר פיס ארויפציר צו א סוכה כשרה ומהודרת....פאר אזא נארישע אומאיינגענעמליכקייט פון אפאר פיס, ווערט שוין א 911 קאל, מים רבים, אהבה מסתרת, היסטאריש, לא ירעו...און נאך דאס האט דער ברך משה מיט דער רבי ז"ל, מיט אלע צדיקים הקודמים ביז דוד המלך געמיינט, נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פארשימעלטע חסידישע פאליטיק..איין ווארט קומט מיר אין קאפ....נעבעך
דיינע טויזענטער מסירות אויף די נייע סוכה זאגן אנדערש, דיין גרימאסע ביים זעהן די טיש-בילדער פארציילט א אנדערע געשיכטע

אייזענבאך » 26/9/2010 17:59

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור
אבער ביי ענקער פראטעסט קעגן סאכדעס ביי די ציניסטישע קאנסול איז געווען פינף און פערציג טויזענט מענטשען קיין נברא ווייניגער, וכו' וכו' וכו' לאלפים ולרבבות

טאטעלע » 26/9/2010 18:01

ההכרח לא יגונה ולא ישובח, קיינער קען נישט פארלייקענען די הונדערטער און טויזנטער טעלעפאון קאוילס פאר 311 מיטן דורך געפאלענעם פלאן צו צושטערן די אויפבוי פונעם גיגאנטישען סוכה הגדולה, וויאזוי וואגסטו זיך אפילו צו פארענפערן די מעשים תעתועים פונעם נידריגען צד שכנגד ווען מיר האבן דאך צוגעזעהן מיט די אייגענע אויגן ווען טאג טעגליך זענען ענקערע מוסרים געשטאנען און 24 שעה א טאג פרובירט מיט אלע וועגן עס צו שטערן און פאר יעדע קלייניגקייט גלייך גערופען די פאליציי באגלייט מיט אפענע מסירות, העברת את פי ה' והיא לא תצלח! יעצט ווען מיר האבן שוין געפייערט דעם סוקסעס און ענקער דורך געפאלענע רשעותדיגע אקטען שמייסט ענק צוריק אין פנים קומט מען עס אהערשטעלן ווי א זיגבארע זאך.. ס'איז שוין צו שפעט! נעקסט טיים זיי רעליסטיש פארדעם.

קמץ_בארד » 26/9/2010 18:10

אייזענבאך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיינע טויזענטער מסירות אויף די נייע סוכה זאגן אנדערש


הייסט אזוי, די אלע א"ג מסירות איז געווען ווייל זיי האבן פרובירט מיט אלע כוחות ענק צוריק אריינשטעלן אינעווייניג אין די אלטע סוכה, ווייל די נייע סוכה האט אונז שרעקליך געבאדערט,

וויזוי גייט עס נאר

1+1 = חלה אין האניג

טאטעלע » 26/9/2010 19:00

פריינדליך: איך ווייס נישט צו איך זאל לאכען אדער וויינען...
 
קודם בין איך געוואר געווארן אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען אושפיזא דמשה ביים רבי'ן דער ברך משה זי"ע און נאכמער ניטאמאל ווייסטו וויאזוי דער סוכה האט דעמאלטס אויסגעזעהן,
 
1( די סייז פון יענע סוכה איז לערך א פערטל פון די היי יעריגע,
 
2) אין יענע סוכה איז געווען 3 ערליי סייזעס פארענטשעס די העכסטע איז געווען 6 שטאק, עס איז געווען "1" רייע בענק פער זייט, אושפיזא דמשה פלעגט מען צולייגן נאך איינס,
 
3) בשנת תשס"ז - נאך די פטירה פון רבינו זצוק"ל - האט מען ארויסגעבויעט אויף דאפעלט אין שטח און אויך דאפעלט אין דער הייעך אז מ'האט שוין געקענט לייגען 10 שטאקיגע פארענטשעס,
 
4( בשנת תשס"ח האט מען ווידער ארויסגעבויעט אויף נאך גרעסער אין שטח,
 
5( היי יאר האט מען געבויעט א סייז וואס איז א חידוש פאר א סוכה מיט אזא סייז אין די לענג פון איבער 100 פיס הויכע פארענטשעס פער זייט א שטייגער כמעט ווי נעילת החג!
 
יעצט מאך אליינס די חשבון....

וואלןסח » 26/9/2010 19:42

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלפים? רבבות? די גרעסטע סוכות טיש?עטס זענטס נארמאל? דער בב"מ פלעגט דען נישט האבן אישפוזא דמשה אסאך א גרעסערן עולם? וואס מאכט איר זיך נאריש???? איך זאג נישט. עס איז געווען א גרויסער עולם אבער אלפי? רבבות?משוגע האט אויך א שיעור


נעבעך וואס פארשטייסטו זיי נישט

די חברה זענען אויפגעוואקסן מיט שארמאשער רב'ס סוכה אדער מיט מאנטיווידעא רב וכו' וכו', זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזען אזא 'גרויסן' עולם

ס'דערמאנט מיך תש"ס האט זיך ביי איינע פון מיינע קרובים אויפגעפלאקערט דאס אהבה מסותרת און איז געגאנגען צום הדלקת הנרות פון רבין ז"ל דעם ברך משה, יענער איז אהיימגעקומען מיט א מין התפעלות, אז ער איז ממש נתרגש געווארן פונעם גרויסן ציבור

נו קאמענטארן זענען איבריג

 

איך האב נאך די סוכה נישט געזען, אבער לויט ווי ס'קוקט אויס אויפן בילד די ברייטקייט, און די לענג, טאקע א הערליכער ריזיגער עולם, אבער צו זאגן אזאנס נאכנישט געווען אין די היסטאריע על אדמת אמעריקא דארף ער א גרויסער דאקטאר

נעבעך, א פענסיל קעיס

בכורשוטה » 26/9/2010 21:22

איך מיין די ביסט אביסל מאגזים מען זעהט דא אפשר 25.000 מענטשן בלעיה"ר נישט רבבות...
נאך אמאל קוק גיט אויפן בילד איידער די שרייבסט אדער גאר לייג נישט ארויף קיין בילדער

טאטעלע » 26/9/2010 23:20

וואלן_סח: ענפער מיר אויף מיין פראגע! געדענקסטו די סוכה פון רבינו בעל ברך משה זי"ע אדער נישט?? כ'האב מורא אז דו ביסט אויך נישט דארט געווען, און דו ביסט שוין דער חסיד, סאו קום מיך נישט אהן מיט שארמאשע סוכה נאר שאל אביך ויגדך עס איז א טריקענע פאקט דאס איז די היסטאריע פון די סייזעס פון די סוכה ביי רבינו זצוק"ל! ממילא קומט מען ווייטער צו: די היי יעריגע סוכה איז די גרעסטע סוכה וואס סאטמאר האט געהאט מיום הווסדה על אדמת אמעריקא צו עס שמעקט דיר יא אדער עס שמעקט דיר נישט!
 
און פאר די וואס פארשטייען נישט וועל איך ענדיגען מיט "א גוטן מועד"...

פריינדליך » 27/9/2010 00:37

אמאל פלעגט מען ציילען מענטשן דא אויף ה"פ דורך לייגן א פינטל אויף יעדן'ס קאפ. קען דאס איינער ביטע יעצט טון? און דרך אגב מעסט אפ די סוכה הגדולה אין ק"י(נישט די הייעך...) און די "ריזיגע" סוכה אויף ווילסאן סט. און נאכדעם קום זאגן וואו עס איז די "גרעסטע אין היסטאריע"

טאטעלע » 27/9/2010 00:55

אה! דו ארבעטסט גאנץ קליג, קודם טרייסטו דיין לאק מיטן ברך משה'ס סוכה נאכדעם וואס דו ביסט דורך געפאלען נישט וויסענדיג בחייכון וביומייכון וויאזוי דער סוכה האט אויסגעקוקט גייסטו יעצט טרייען צו מעסטן מהר"א'ס סוכה... געגאנגען! הייב אהן מיט דיינע פאלטשע גוזמאות, און איך וועל עס באגלייטן מיט שיינע בילדער סיי פון די פריערדיגע יארן און סיי פון די יאר!

טאטעלע » 27/9/2010 03:38

דער רבי שליט"א וועט היינט נאכט ליל ג' דחול המועד אושפיזא דאהרן אריינקומען אין דער גרויסער סוכה בשעה 10:30

פריינדליך » 27/9/2010 03:52

טאטעלע אויב האלטסטו אז די "ריזיגע" סוכהא איז גרעסער ווי ר"א סוכה אין ק"י און/אדער ווי די סוכה אין ביהמ"ד החדש האב איך דריי ווערטער פאר דיר:א גוטן מועד. זיי אביסל ריאליסטיש. און יא! ביים בב"מ פלעגט זיין "איבערגעפולט" אושפיזא דמשה! נעכטן נישט

טאטעלע » 27/9/2010 04:09

פון ווי ווייסטו אז ביים ברך משה איז געווען געפאקט? דו האסט דאך אפילו נישט קיין אהנונג וויאזוי דער סוכה האט דעמאלטס אויסגעזעהן?!
 
גראדע איז טאקע געווען א פיל געפאקטע טיש, עס פלעגט זיין אויסנאם שיין אנ"ש פלעגן קומען צו פארען פון אלע געגנטער איבער ניו יארק מיטצוהאלטען דעם רבינס אושפיזא, אבער נאך אלס עס איז געווען א קליינע סוכה לגבי די יעצטיגע, נישט חלילה עס פארמינערט עפעס פון כבודו הרמה פון רבינו זצוק"ל נאר אדרבה פאר יענע יארן האט עס געהייסן שיין גרויס און אויך רביה"ק זי"ע האט געהאט נאך א קלענערע סוכה, עס מאכט נישט קלענער אדער גרעסער, אבער פארט האט רבינו שליט"א א ריזן סוכה וואס איז א חידוש פאר סאטמאר! און קיינער פון רבותיה"ק האט אזאנס נישט געהאט!

פריינדליך » 27/9/2010 04:26

איך האב דיר עפעס געפרעגט! וועלכע סוכה איז גרעסער? ק"י? אדער ווילסאן? אדער ביהמ"ד החדש? אויב ווייסטו נישט וועל איך דיר זאגן. 1) ק"י2)וומ"ס ביהמ"ד 3)וומ"ס ווילסאן. אייערס איז אפשר די העכסטע אבער די אנדערע זענען גרעסער. און אויב ביסטו אין ק"י יעצט. דאן קום אריבער אין די סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול. דארט וועסטו זעהן וואס הייסט א "ריזיגער עולם". אדער כלשונכם:אלפים ורבבות.

טאטעלע » 27/9/2010 04:43

סייז פליס?!
 
רעדט נישט ליפטיג,!

טאטעלע » 27/9/2010 11:18

דער רבי וועט היינט דאווענען שחרית אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל אום 9:30 און דערנאך וועט דער רבי פירן די בייטאג טיש אין די סוכה פארנט פון ביהמ"ד הגדול,
 
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה, זיוה, והדרה!

טאטעלע » 27/9/2010 20:01

ביטע האט אינזין די דזשעי נעט באנוצער אז מיר זאלן אויך קענען זעהן די קליפ

פריינדליך » 27/9/2010 21:19

Share photos on twitter with Twitpicאיז דאס די "ריזיגע" סוכה???? ביים בב"מ איז געווען פיל גרעסער!!! ווער רעדט נאך פון די קרית יואלע סוכה!אין די סוכה קען בדוחק גדול אריינגיין 800 מענטשן! וואו זענען די איבריגע 24,200 מענטשן געגאנגען???

פריינדליך » 27/9/2010 22:12

אנטשולדיגט פאר די קוואליטי. עס איז גענומען פון טוויטער. ווער עס האט א קלארער בילד איז מכובד עס ארויפצולייגן

וואלןסח » 27/9/2010 22:13

פישער_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



נו קמפערט איין בילד מיט די צווייטע, קוק די ברייט פון די סוכה און נאכדעם רעד




[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי וואלןסח ב- 27/09/2010 22:15:40

טאטעלע » 27/9/2010 22:39

ערשט יעצט איז דער ליצנות נאך גרעסער!
 
אויב האבן ענק יא א ברייטע סוכה פארוואס דארף האלב סוכה אוועקגיין פאר א ברייטע טיש?? אויב האבן ענק לכתחילה געוויסט פון אנפאנג אז ענק וועלן עס נישט קענען אנפילן דאן פארוואס האבן ענק עס געבויעט???
 
נישט קיין ווינדער עס איז שוין אדורך א טאג צייט און בחצרת_פיקטשערס האט נאכנישט פראדוצירט עפעס אויף פאטא שאפ, ווארטס נאר מיט געדולד! עפעס וועט מען שוין צום סוף אויסארבעטען מיט שטיקלען און דאפלען די פארענטשעס אדער גאר אפשניידן די מיטעלסטע טיש אויף העלפט.. און עס רינדעכיג מאכען אזוי ארום צו פארמיידן די בזיונות אין פאבליק ווי ווייט מעגליך.

טאטעלע » 27/9/2010 23:00

איך האב יעצט נאכאמאל געגעבן א בליק אויפן בילד פונעם הונדערט קעפיגער ציבור אושפיזא דאהרן וואס יארן לאנג פאמפען עס די אהרונים אלטס ממש ווי א קיבוץ גליות(!) און פליצלינג באווייזט זיך דא ארויס דער גאנצער אמת, און מיט איינמאל איז פארשווינדען די הויכע פארענטשעס!!!??? מיט א טיש כמו שכתוב!!!??? עס איז ממש א ליצנות קעגן דעם ברך משה'ס אושפיזא טישן און ווער רעדט נאך קעגן די טישן פון רבינו שליט"א איבערהויפט פון די יאר! פארפאלן: שקרא לא קאי! עס שרימט איין מיטן פילן טעמפאו, כן יאבדו!

געלעכטער » 27/9/2010 23:55

ישר כח וואלןסח פארן צוזאם ברענגן די צוויי בילדער דו האסט מיר געמאכט א שמחת יום טוב! אינו דומה שמועה לראי' ווען איך וואלט עס נישט געזעהן וואלט איך עס אין מיין לעבן נישט געגלייבט, דער חילוק פון די עולם ביים טיש ביי רבינו שליט"א און להבדיל ביי מהר"א איז ממש דער חילוק פון סאטמאר און פאפא...

וואלןסח » 28/9/2010 03:22

פארגעס נישט

דאס בילד האט א ענקערע געכאפט נישט איך

איך האב עס גענומען דא פון א שכינות'דיגע אשכול

דעם סך הכל וואס איך נעם ארויס פון די צוויי בילדער איז די בענק צווישן די מיטלסטע טיש און די פארענטשעס, קןק וויפיל ס'איז דא ביי אונז און קוק וויפיל ביי ענק

די פארענטשעס איז אויף אונזער בילד כלל נישט געהעריג אראפגעכאפט (און אפשר גאר בכוונה...) און וואס קען איך טון אז איך דריי מיר נישט מיט קיין פיקשטער מאכער אין טאש דיר צו ברענגן א גוטס, אבער ס'וועט אי"ה נאכקומען

בחצרות סאטמאר איז זיך נוהג נישט צו שיקן קיין אימעילס חוה"מ

*

און נאך א מינוט א ענטפער פאר די פריערדיגע תגובות

איך בין ב"ה אסאך יארן געפארן צו די אושפיזא פון ברך משה זי"ע, איך האב נאך נישט געזען לייוו ענקער יעצטיגע סוכה ממילא איז מיר שווער אפצושאצן וועלכע ס'איז גרעסער, אבער אזא בילד ווי איך זע אויף ענקער בילד האט מען ב"ה געזען לאנגע יארן ביים רבין ז"ל, און נאך אויף א ברייטערן פארנעם (בערך אזוי ברייט ווי אין קרית יואל)

געלעכטער » 28/9/2010 03:46

איטס טא לעיט! ס'איז אווער!! נאכאמאל: דו האסט מיר שוין געמאכט מיין שמחת יו"ט...
 
וואס איז מיר א חילוק ווער ס'האט עס געכאפט? טאטעלע איז דאך אזוי גערעכט עס איז ממש ווי פאפא! עס איז א שאד אז ענקער רבי וואוינט אין מאנרא זאל כאטש דער גאנצער גאס מיטהאלטען ענקערע בזיונות אדער בעסער געזאגט גיין חול המועד האלטען...

קמץ_בארד » 3/10/2010 20:39

אאפס!

ווייטער פארגעסן צו פארעכטן די קעפל, וועלכער "רבינו שליט"א"?

איך פארשטיי דו ארבעטס נישט פאר געלט אין שווער צו באמערקן יעדן אשכול, וועגן דעם בין איך טאקע דא צו ארויסהעלפן

.....

נישטא פארוואס