בני יואל שיקט ארום קונטרס איבער סידור קידושין בפרט, און ר' אהרן'ס רבנות בכלל
בני יואל האט יעצט חוה"מ ארומגעשיקט א דיקן קונטרס איבער דער סידור קידושין סומאטאכע.
קראו ותחי נפשכם.
איך האב עס נאך נישט דורכגעליינט, אבער גאנץ אנפאנג האט געכאפט מיין אויג א נקודה, וואס איז לדעתי די שטערקסטע ארגומענט אין די גאנצע נושא, און אויב איז טאקע דער פאקט ווי זיי זאגן, איז "קלאוזד סאבדזשעקט". נישטא איין ווארט צו רעדן ווייטער, ותו לא מידי.
דער ענין איז, אז לויט ווי זיי שרייבן, איז ביז תשמ"ה בכלל נישט געווען אזא מין תקנה אין קר"י, און כמה וכמה שיינע אידן האבן געהעריג מסדר קידושין געווען אן קיין שום רשות - צעטל, בפה צי בכתב.
דאס איז טראץ וואס דער רבי זי"ע האט לכל הדעות געהאט א דין מרא דאתרא, און דער ברך משה איז בשנת תש"מ איינשטימיג אויפגענומען געווארן פאר מרא דאתרא. מיט דעם אלעם, האט געדויערט אריבער צען יאר ביז אזא תקנה איז בכלל עולה על הדעת געווען.
זעלבסט פארשטענדליך, אז אויב אזוי איז בכלל נישטא קיין מקום דן צו זיין. ר' אהרן טייטלבוים, מיט זיין גרויסן גדלות בנגלה ובנסתר אזש ביז'ן האבן א גערוך פון משיח... קען במחילת כבודו נישט האבן א שטערקערע דין מרא דאתרא, ווי זיין פעטער ז"ל און טאטע ז"ל. פיריעט.