רבותי! עס קומט זיך אונז ערליך די קלעפ וואס די ארונים געבן אונז די טעג, לאמיר מאכן א סך הכל פון די פיר יאר זינט די רבינו שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה ווי אזוי האט זיך אונזער עולם צוגעשטעלט. ווי אזוי קוקען אויס די טישען די תפילות אין בפרט ווי אזוי האט מען אנגעפילט די סוכה די לעצטע פאר יאר, אנשטאט מען זאל זיך צושטעלן צום רבין מיט א געטריישאפט און ווייזן אז מיר זענען פאראייניגט, זיצט זיך יעדער אין די בונקערס אין יעדער מאכט שבת פאר זיך. שטעלט זיך די פראגע פארוואס פעלט דעמאלטס אויס די געשלעג? פארוואס? פארוועם? זאל ר' אהרן צוריק נעמען די מאכט! וואס דרייט מען א קאפ אז ער איז דאס אין יענץ, וואס זעמיר אונז? איך האב מורא אז סאטמאר נישט! זאל דער רב הצעיר צוריק קומען אין דערמאנען אונזער עולם וואס מיר פארמאגן יעצט, אפשר אזוי וועלן זיך אונזערע מענטשן אויפוועקן.
מיר האבן א ישיבה פון איבער 700 בחורים ווי זענען זיי? פארוואס זעט מען זיי נישט ביי די טישן? פארוואס זעט מען זיי נישט ביים דאווענען?
עס איז א חרפה אין א בושה אז מען דארף אפילו רעדן דערפון, אבער עס איז א בחינה פון הכרח לא יגונה, רבותי! מיטן זיך נישט צישטעלן געהעריג, מיטן מיינען אז אלעס איז וויץ, גייען מיר ליידען און די ארונים פארדינען, זיי ווייסען פינקליך ווי ווייט אונזער עולם האלט דערביי, און אויף דעם רייטען זיי, אין זיי הייבן אן מצליח זיין.
במילא זאג איך ענק חכם עיניו בראשו, זעטס אז עס זאל נישט זיין א צועק שעבר, ווייל עס גייט זייער וויי טוען אין דעמאלטס וועט שוין זיין צי שפעט!
א גוט יום טוב
דו בוסט דאך אזוי גערעכט ליידער! אדאנק פארן נעמען די קוראזש אפצושרייבן דאס וואס ליגט אויף די הערצער פון אנ"ש וואס בלוטיגן אויפן מצב.
ב"ה ס'פעלט נישט קיין אידן ביי די תפילות און די טישן, ווער סאיז נישט זוכה איז נישט זוכה, קיינער האט פון דיר נישט פארלאנגט צו מאכן א דרעפט פארן רבי'ן, טראכט אריין וויאזוי איר שפירט יעצט מיטן נישט קענען אריינגיין אין א בנין וואס ווערט כמעט נישט באנוצט במשך'ן יאר און די ארונים קענען עס אויך נישט ניצן, וויאזוי האבן די ארונים געשפירט ווען מ'האט זיי ארויסגעזעהן פון אלע בנינים פון וויליאמסבורג די בתי מדרשים, מוסדות, מצב בעקעריי, בוטשער, ועוד און מיר נוצען עס טאג טעגליך, זייער גרויס ווייטאג,
| אייזענבאך כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ב"ה ס'פעלט נישט קיין אידן ביי די תפילות און די טישן, ווער סאיז נישט זוכה איז נישט זוכה, קיינער האט פון דיר נישט פארלאנגט צו מאכן א דרעפט פארן רבי'ן, טראכט אריין וויאזוי איר שפירט יעצט מיטן נישט קענען אריינגיין אין א בנין וואס ווערט כמעט נישט באנוצט במשך'ן יאר און די ארונים קענען עס אויך נישט ניצן, וויאזוי האבן די ארונים געשפירט ווען מ'האט זיי ארויסגעזעהן פון אלע בנינים פון וויליאמסבורג די בתי מדרשים, מוסדות, מצב בעקעריי, בוטשער, ועוד און מיר נוצען עס טאג טעגליך, זייער גרויס ווייטאג, |
|
גערעכט עס פעלט טאקע נישט קיין מענטשן ביי די טישן אין ביי די תפילות, אבער אז מען איז אין א שעת מלחמה פאלאנגט זיך מער אין כל שכן דא פארלאנגט זיך נאך אסאך מער,
ווען מען האלט זיך אינאיינעם אין מען קומט געהעריג נישט יוצא צי זיין, איז דאס דו גרעסטע אין שטערקסטע אין ביליגסטע געווער, איך רעד שוין נישט וואס חיזוק דאס געט פאר אונזערע מענטשען אליין
איך האב הנאה פון ענק. איר האט נישט מורא פארן אמת. מי יתן והי' און די כבוד פון סאטמאר וועט צוריקקומען
ראדני_שול
די שפילסט נישט גוט די זאלי'שאפט
נעם א קורס פון מנחם טייטלבוים
תוקן על ידי yuchw ב- 26/09/2010 13:31:54