היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פראגע צו דער בלאט

פראגע צו דער בלאט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2829003

ראדני_קינג » 21/9/2010 20:10

(די זעלבע איז גילטיג פאר דער איד, איך לאז די זאליס פרעגן די זעלבע פראגע)

די זאך עגבערט מיר שוין פאר א לאנגע צייט:

פארוואס פאר-א-שווארץ-יאר פעלט אויס צו לייגן די פאליטיק אויף די העד-ליינס, אדער אפי אויף די פראנט פעידש בכלל?

ס'דאך אזא שטות אין אזוי אנפראפעשנל אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן, מ'פאלירט נאר קונדן פון דעם, למשל אזא איינער ווי איך, איך בין א אהרוני אלל-די-וועי, גלייבטס מיר בנאמנות, איך ווייס נישט צו איך גיי אריינעמען דער בלאט דעם יו"ט ביי מיר אין שטוב, איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן ליינען א צייטונג וואס קען זיי געבן די פאלשע אימפרעשן אז מחלוקה און שנאת חנם איז א לכתחלה און איז פון די יסודות פון קהלת סאטמאר, אויסער דעם וואס איך בין בכלל נישט נייגעריק זיי זאלן וויסן פון די פאליטיק, איך לאז מיינע קינדער קיינמאל נישט זאגן קיין איין חוזק ווארט אויף ר' זלמן לייב, אונז זעמיר נישט אויף דעם געבויט,

נאך א פונקט, אפציעל איז דער בלאט א אלטוועלטליכע צייטונג, יא, יעדער פארשטייט אז אומאפציעל איז עס פי אר פאר קהליתנו, אבער דאס איז עס נישט לכתחלה, וויזוי קען א רעכטדענקנדער מענטש קאנסידרן די סוכה מעשה אלס א הייד-ליין נייעס? דאס פארעקלט דאך דעם גאנצן צייטונג,

איך פארשטיי מ'וויל דאך אויפשפילן די שטארקע געווינס פון די סוכה, מסכים, אבער מיין שכל הישר זאגט אז וואס אימער דו ווילסט אויפטון מיטן אנאנסירן דעם נייעס, קענסט פונקט אזוי אויפטון ווען מ'לייגט עס אין די בעק אויף פעידש 200, דער וואס וויל (וויל נישט) עס ליינען וועט עס זען ווי אימער עס איז, קיין ספק,

וואלןסח » 22/9/2010 02:04

יפה שאלת

ומהאי טעמא זייט מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן ברענג איך מער נישט קיין בלאט אינדערהיים

שלמהווייס » 22/9/2010 04:09

אויב איינער וויל נישט אז זיינע קינדער זאלן וויסען פון פאליטיק, איז נישט קיין חילוק צו עס ליגט אויפן פראנט, אינמיטן אדער אפי' אין די בעק אויפ פעידזש 200
די עצה פאר דעם איז, צו עס שרייבן אזוי ווי אמאל אין א עקסטערע ביילאגע, אז סיי ווער עס וויל נישט די קינדער זאלן עס זעהן (און ווער וויל דען יא) זאל עס קענען ארויסנעמען
(און איך פארשטיי באמת נישט פארוואס זיי האבן אויפגעהערט דעמיט)

ברוינפן » 22/9/2010 04:26

ראדני, יפה דברת
איך ברענג שוין נישט אריין דעם בלאט צו מיר אהיים פאר זייער א לאנגע צייט, צוליב דעם, סע ממש א גרויל

וילסן_סוכה » 22/9/2010 09:09

ראדני, ברוינפען וכל שם וחניכה דאית להו... אזוי שטארק זענט איר בייז אז די בלאט האט געלייגט די געשעעניש פון יאר תשע"א אויפן ערשטן בלאט??? ווען די בלאט האט געלייגט דעם ריזן העדליין אז מ'גייט אפיעלן באראש'ס פסק האט איר נאך מסכים געווען אז אייערע אינגווארג זאלן זיך אנזעהן מיט שמוץ און פאליטיק??? אדער נאר ווען דאס אז די זאליס זענען אינעם ראסס שול אינטערן אויפזיכט פון ר' נפתלי משה גייט ארויף אין די העדליינס אזא שארפע און קלארע צייכן אז העברת פי ה' היא לא תצלח, נאר דאן ווילט איר נישט אייערע קינדער זאלן נישט זעהן דעם בלאט????....

גערעכט » 22/9/2010 10:33

לאעליכם » 27/9/2010 00:55

איבער דעם נושא בין איך הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט אייך! עס זענען שוין געווען לענגערע צייטן ווען עס איזנ געווען שטיל אין "דער בלאט" בנוגע די נארישע פאליטיק, מען האט נישט געקוקט אויף זייער זייט, ס'איז סאך בעסער אזוי. מי יתן והי' אז זיי זאלן צוריק ממשיך זיין אזוי. (דרך אגב דער איד - אלס א חלק פון זייער פארברייטערונג מיט אפטיילונגען וכדו' - האבן במשך דעם זומער געשריבן 'גאנץ ווייניג' פאליטיק ענינים (חוץ בנוגע די סידו"ק שערורי').

אבער מאידך גיסא, קומט זיך א קאמפלימענט פארן "בלאט" פארן צושטעלן אזא שיינע און רייכע סוכות אויסגאבע, עס דערקענט זיך דערין אסאך ארבייט, און מ'זעהט אז זיי גייען אויפן וועג ארויף צוצושטעלן גאר אינטרעסאנטע ענינים פארן ציבור.