דער מאכטפולע פאלעטישאן וויטא לאפעז האט יעצט ווידערוויילט געווארן צו זיין אמט אלס טשעירמאן פון די דעמעקראטיק פארטי פון גאנץ קינגס קאונטי פאר נאך א צוויי יעריגע טערמין, טראץ די שמיציגע שמור קאמפעין פונעם פאסט און נאך א רייע טאקטיקען פון לאפעזעס שונאים ווי רעסטלער און נאך, האט לאפעז גרונג געווינען מיט א שטארקע מאנדאט פון 47 קעגן 3. דער שטייפע פאלעטישאן וואס האט קודם געזעהן די היימישע איינוואוינער אלס זיינע שונאים, איז איבערגעדרייט געווארן צי א שטארקע שטיצער פונעם געגענט נאך א רייע אינטערווענצען און שתדלנות פון הרה"ח ר משה דוד ניעדערמאן הי"ו, און מיט די צייט האט דער עולם פיהל גענאסן פון זיין מאכטפולע פאזיציע און די שטארקע קשר וואס ר משה דוד האט אנגעשלאסן מיט אים, די קליינקעפיגע ארונים האבן אריינגעביסן אין א זויערע עפל ווען זיי האבן באשלאסן צי פירן א קאמפ מיט אזא איינער ווי וויטאו לאפעז, לאפעז איז פארעכנט פאר אזא איינער וואס לאזט זיך נישט טרעטן און ער וועט זיי נאך לערנען א פרק און בלק
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ארוניםס נייטמער: וויטא לאפעז געווינט 47 קעגן 3
ארוניםס נייטמער: וויטא לאפעז געווינט 47 קעגן 3
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2828767
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי נישט וואס וועט יעצט זיין ערגער פאר ארונים ווי ביז יעצט? ער האט זיי ביז יעצט פונקט אזוי פיינט געהאט און פרובירט צו שטערן וואו ער קען. סך הכל זענען יעצט די ארונים אין א שטערקערע פאזיציע. נאכדעם וואס ביז יעצט האט קיין איין פאליטישן זיך נישט אויסגעדרוקט קעגן וויטא. און יעצט האבן זיי דעם יעצטיגן און צוקונפטיגן אטורני דזשענעראל(סיי רעפאבליקען און סיי דעמאקראט קאנדידאט) און אסאך סתם פאליטישן'ס. איך זאג נישט אז עס איז די ארונים'ס קרעדיט. אבער פארדינען וועלן זיי נישט אזוי?
אוודאי וועט זיין ערגער. אויב וועט ער דורכשווימען דעם קריזיס, וועט ער זיך אפרעכענען מיט יעדן וואס האט געהאט א טייל, און ווי באקאנט האבן די ארוינים במישרין ובעקיפין אסאך ארויסגעהאלפן אים צו באשמיצן איבעראל.
|
|
געב מיר 1 נאמען פון א פאליטישאן וואס איז געווען קעגן אים
אויך ברענג מיר בילדער פון די נעכטיגע פראטעסט אין רעכן מיר אויס איין נאמען פון א פאליטישאן וואס איז דארט געווען
אה נאו. מיין טאטע איז סאך שטערקער פון אים און ער האט סאך א בליטערדיגערע פאסיק!!!!