בס''ד
און די לעצטע וואך האט זיך אטוויקעלט א פאזעטיווע געשענעניש,
די טרויערדיגע בארימטע כת ההולכים בערכאות של עכו''ם, האבן זיך דערזען אן קיין סוכה,
און דעם ג'גזל'טע סוכה וואס איז פלאצירט געווען און דעם נייעם ביהמ''ד דקהל יטב לב, האבן זיי ב''ה פארלוירן ציטריט, צו די גרויס פרייד פון די טויזענטער אנ''ש וואס האבן געקויפט זיצען און דעם נייעם ביהמ''ד, וואס האבן אפגעאטעמט מיט פארלייכטרינג, אז זייער ביהמ''ד וועט נישט פארניצט ווערן אלץ א סורקוס זאל, פאר דעם מן הארץ הדור, מיט זיינע נאכשלעפער, חסדי השם כי לא תמנו,
דעריבער זענען זיי געווען גיצווינגען אויף צו שטעלן א סוכה אויף ווילסאן סטריט פאר 150 טויזענט דאללאר,
און די זעלבע צייט שטייט כלל ישראל און דער זייט מיט אן איינטגעהאלטענעם אטעם, און ווארט'ן צו זען וואס דער מן הארץ וועט טאהן דעם שבת שחל בו יו''ט סוכות,
צו וועט ער מאכן אן ערוב אויף בעפארד עווניו צו נישט,
וואו עס איז באוויסט אז ווען דער מן הארץ הגדול והנורא האט אויסגעשפרייטט זיין עמי הארץ'דיגע לאפעץ אויפן עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, האט ער פון די ערשטע זאכן אנגעהויבן א מערכה, מיטן ערוב, כדי צו ווייזן פאר די וועלט זיינע כשר'ע חזיר פיסלעך, אז ער איז א פרימער,
א דאנק דעם ער מיט זיין פורים ב''ד מתיר געווען די הארבסטע עבירות, ג''ע ושפ''ד, אלעס נאר צו ווייזען זיין פאלשע פרימקייט,
לאמיר זען וואס מן הארץ וועט טאהן, צו וועט ער מאכן אן ערוב מן אלע מיני פאלטשע תרוצים, צו וועט ער נישט עסען קיין הייסע יאפשוך מיט געדישעכץ שב''ק,