גוטסקייט און סבלנות: אהרונים "ערלויבן" די זאליס אריינצוגיין אין בית המדרש החדש
ווי וואויל באקאנט זענען די אהרונים באוויסט איבער די גארער וועלט מיט זייער אויסנאמער מידת הסבלנות און גוטסקייט. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען צענדליגער אידן האבן זיך אריינגעפיפן אויף הוראת העגל דבש, דער פעי-ראל באצאלטער, אז מ'טאר נישט חתונה מאכן אין דעם נייעם זאל אין קרית יואל. עס איז ענטשטאנען א הימל געשריי, עס קומען פאר פסול'ע חתונות, גאנצע דורות מישראל ווערן ליידער אפגעהארגעט. למעשה זענען דאך די אהרונים באשאנקן מיט די צוויי געוואלדיגע מידות פון סבלנות און גוטסקייט, זענען זיי ארויס פון זייער וועג, און פשוט און פראסט אנגעהויבן טיילן רשות פאר ווער עס וויל דארט חתונה מאכן אזוי ארום עס זאל ח"ו נישט צוקומען לידי מכשול.
היינט, ממחרת יום הקדוש, האבן די אהרונים ווידעראמאל געוויזן גוטסקייט און סבלנות. ווי באקאנט טוט זיך א סומטאכע וועגן דעם בית המדרש החדש אויף ראסס סט. די אהרונים האבן גלייך גענומען פיטערן די קליינע מוחות אז צוביסלעך האבן זיי עספיעט אריינצוגראבן ר' זלמן לייב'ן אין די מלוכה, זיי האבן שוין דאס פולער בעלות אויף דעם בית המדרש, ואין יוצא ואין בא, נישט קיין סוכה, נישט קיין נעילת החג. אלעס מוז האבן זייער רשות צום ערשט.
ווען די אביסעל קלוגערע פון זיי האבן אנגעהויבן פרעגן קשיות, אויב איז טאקע אזוי די מעשה פארוואס גייען נישט די אהרונים אריין אינעם בנין ווייזן בעלות אזוי ווי ביים בית החיים. האט מען זיי שטיל געמאכט מיט א דריי פון די נאז. אבער פאר די ילדים האט מען ווייטער ג'יובל'ט אז מ'איז געהעריג בעל הבית.
דעם ערב יו"ט ווען קהל האט דערליווערט די אייזענעס צו בויען די סוכה הגדולה אויף ווילסאן, האבן די אהרונים זיך גענומען רייבן די אויגן, וואס גייט מען דא זאגן פאר די אקסן און פאר ר' אהרן'ן? מ'האט דאך זיי פארשפראכן אז די זאליס האבן היי יאר נישט קיין סוכה בכלל אין וויליאמסבורג.
אויפן ארט זענען ערשינען די עסקנים ר' אברהם רובין מיט ר' יואל בראווער און אנגעהויבן רופן די פאליציי, דיפארטמענט אוו בילדינגס, פייער דפט., סטעיט סענעטאר סקוואדראן, אטוירני דזשנערעל עריק שניידערמאן א.א.וו. אז דאס געבוי פון די סוכה מוז זאפארט אפגעשטעלט ווערן. אלע טוויטער גרופעס וואס שפייזן די בהמות מיט היי און שטרוי זענען איינגעשפאנט געווארן צו וואשן די מוחות. און עס איז זיי געלונגען, די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט און פארלאנגט מ'זאל זיי צייגן די פערמיטן צו בויען, נאך וואס מ'האט דאס געוויזן די פאליציי, האבן זיי זיך אפגעטראגן פון ארט און געלאזט ווייטער אפלאדענען דעם טראק מיט סחורה.
נעכטן מוצאי יום הקדוש, זענען די איבערגעגעבענע עסקנים ר' אברהם רובין ובנו, ר' יואל בראווער און ר' הלל ראזענבערג, אריין אין א פיר אין צוואנציג שעה'דיגע מיסיע. אפהיטן "זייער" בית המדרש החדש אז קיין זאלי זאל חלילה נישט אהין אריינגיין. ווען מ'האט נאר געוואלט ארויסנעמען די פארענטשעס פאר סוכות און צוריקלייגן די בענק פון די ימים נוראים, האבן זיי גלייך אלאמירט די פאליציי וועלכע האט פארארדענט אז קיינער טארק נישט אריינגיין אין דעם בנין.
אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז היינט מיטאג. היינט מיטאג האט שוין די פאליציי באקומען א קלארשטעלונג אין דעם נושא, און די פאליציי האט געזאגט אז דער בנין געהערט צו די זאלונים, אבער וויבאלד ס'איז דא א וועיקעט ארדער צוליב דעם פייער וואס איז פארגעקומען, קענען זיי טאקע נישט אריינגיין אקופירן דאס פלאץ, אבער פאר זייער פערזענליכער באנוץ האבן זיי די פולע רעכטן צו זיין יוצא ונכנס.
איז דא צושטאנד געקומען א שרעליכער פראבלעם, וואס גייען די געטרייע עסקנים רובין און בראווער זאגן פאר די אקסן, וויזוי שרייט מען אז מען איז בעל הבית ווען למעשה דרייען זיך די זאליס אינם בנין כאדם בתוך שלו? איז מען אויפגעקומען מיט א קאפ-שטיק, מ'גייט זאגן די בהמות אז יצחק ראזענבערג האט ברוב טובו וסבלנותו געשאנקן רשות פאר די זאליס אריינצוגיין נעמען די זאכן פונעם בנין.
און דאס קויפן די בהמות, און אזוי פיטערט מען זיי. בלייבט אונז נאר איבער צו מאכן א ברכה בשם ומלכות--- ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו פון אזוינע בהמות...