היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » Breaking: Zallis don't have 'Drises Heragel' in Ross Shil

Breaking: Zallis don't have 'Drises Heragel' in Ross Shil

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2827749

belony » 17/9/2010 05:04

SatmarHQ: Breaking: The big Sukka of Rabeiny Shlita will be this year -""""on Wilson st"""- near the Bihmd Hachudosh, will start to build it Iy"h sunday. No comments!!

תוקן על ידי belony ב- 17/09/2010 05:14:37

סטעלט » 17/9/2010 08:19

היי יא וועט דער עם הערץ ריכטיג קענען זאגן בכוונה בזכות צאתי מבית חוצה

ב"ה די רשעים האבן געהאט א מפלה אין מען האט זיי ארויס געווארפן פין אזא מקום קדוש
זאל יעדער מתפלל אין יום כיפור אז מען זאל דערלעבן אין די רשעים דערלעבןא מפלה שלימה.

פריינדליך » 17/9/2010 13:40

ווי געווענליך איז עס א געווינס. ווייל מיר האבן עס אויך נישט...

גערעכטער1 » 17/9/2010 16:42

שאול פערלשטיין זאגט אז זיי האבן יא דאס נייע בית המדרש ווייל זייער סוכה אויף ווילסאן איז באמת איינס מיט זייער אלטע סוכה פונקט ווי זייער פאללאק לאט איז איינס מיטן אלטן בית החיים...

belony » 17/9/2010 17:41

Comments on the #breaking...... Satmarman:@SatmarHQ no kapures shlugen?? I guess looking at the sikkah from bedroom which he won't use will be enough.. :( ??Satmarprass: @SatmarHQ please make more #braking's I love it Satmarrebby: @SatmarHQ got it the #baroking is you are brokan TZIBROCHAN Satmarreporter: @SatmarHQ its also near to zalys house why your not posting that..? Satmarrebby @Satmarhq di bist gita neias for this #BRAKING NEWS for #ArevYomKipar Satmarmatzev: @SatmarHQ & the #HumnTashn we will eat..? by the (#braking) "Seka" near to the Beis Madresh Hachudsh..? Derblatthq: @SatmarHQ & the picture tish will b outside w"b ?.. Anashsatmar: Don't u love that "#Breaking"? RT @SatmarHQ: #Breaking: The big Sukka of Rabeiny Shlita will be this year on Wilson st near the Bihmd Hach ... Satmarpower: @SatmarHQ So in another words The Beem Center is Closed So what is the #Breaking

תוקן על ידי belony ב- 17/09/2010 17:46:01

טראק » 19/9/2010 18:53

עס איז נישט דא די ווערטער ארויסצוברענגען דעם גרויסען
מעמד קידוש ה'
וואס קומט היינט פאר אין ווילי, און וועט אנהאלטען די נעקסטע 2 וואכן, ווען טויזענטער טויזענטער אידן גייען דורך בעדפארד קארנער ווילסאן, און זעהן בחוש די גרויסע קידוש ה', ווי די מסרבים לדין די זאליס האבן בעל כרחך נאכן איין לייגען וועלטן געדארפט בויען זייער סוכה אינדעראויסן פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול, און האבן נישט קיין דריסת הרגל, אלעס צוליב זייער עקשנות פון זיך נישט וועלן שטעלן צו דין תורה!

דער מעמד קידוש ה' האט זיך אנגעהויבען ערב יוה"כ ווען מען האט געזעהן ווי די זאליס פאנגען אן בויען זייער סוכה, אויף די גאס אינדעראויסען פונעם נייעם שול, די זאליס זענען אנגעזאגט געווארן פון די שטאט אז זיי טארן נישט ניצן די ביהמ"ד הגדול אויף קיין שום וועג.

נאכן זעהן אז זיי באקומען נישט די פערמיט פארן ביהמ"ד החדש, נאך חדשים שווערע ארבעט, כאטשיג די זאליס האבן זיך געשווארען אז זיי האבן עס שוין, האבן די זאליס דיפרעסטערהייט געסטראשעט אז זיי גייען אריין מיט געוואלד און פייפן זיך אן, די זאליס האבן געהאלטען אז איינמאל זיי זענען דארט, וועט זיי די שטאט נישט ארויסווארפען, העכסטענס נאר אפאר געלט טיקעטס, בינו לבינו וועט זיין נאך יו"ט, די שטאט האט זיי קלאר געשטעלט אז איינער גייט אריין דארט נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן עס וועלן דארט זיין, די פאליציי וועט עס אויסליידיגען און ווער עס וועט נישט פאלגען וועט גיין אין חד גדיא.

נישט האבענדיג קיין ברירה, האבן די זאליס פרובירט צו נעמען א פערמיט צו בויען די סוכה אינעם הויף פון ויואל משה, אבער די שטאט האט געזאגט בלא, די בילדונג געהערט אויך פאר קהל יטב לב מען גיט נישט קיין פערמיט פאר ויואל משה, עס האט די זעלבע הלכה.

נישט האבענדיג קיין ברירה אין די לעצטע מינוט, האבן די זאליס באשלאסען אז זיי גייען מאכן די סוכה אין פראנט פון ביהמ"ד החדש אויף ווילסאן, די זאליס האבן פרובירט מיט אלע כוחות אז זיי זאלן כאטשיג קענען ניצן איין וואנט פונעם ביהמ"ד פאר די סוכה, אבער די שטאט האט געזאגט בלא, מען קען בויען א סוכה סתם אויף די גאס פונקט ווי יעדער קען, אבער גארנישט מיטן נייעם ביהמ"ד נישט קיין וואנט, קיין לעקטער, וואסער וכו', גארנישט טאר מען נישט ניצן פונעם נייעם שול, עס ברויך זיין סגור ומסוגר, און די סוכה ברויך זיין אפגעריקט פונעם נייעם שול, ווילאנג מען שטעלט זיך נישט צו דין תורה.

די זאליס האבן דעמאלס פרובירט מיט אלע כוחות אז מען זאל זיי געבן די פערמיט צו בויען די סוכה אויף די גאס, אין די פערמיט זאל זיין אויף די נאמען פון קהל יטב לב, און די אדרעס פונעם נייעם שול, אבער די שטאט האט געזאגט בלא, נישט האבענדיג קיין ברירה, האבן די זאליס גענומען די פערמיט אויף די נאמען פון UTA און די אדרעס פון די פארטשעקס.

ערב יוה"כ האבן די זאליס געוואלט אויספרובירען די שטאט זיי האבן אנגעהויבען ברענגען בימס פאר זייער נייע סוכה, זיי האבן געפענט די געיט פון ביהמ"ד החדש און אנגעהויבען אריין לייגען דארט בימס, אין מינוטן איז די פאליציי געקומען צו פליען און געזאגט פאר די זאליס זיי געבן 5 מינוט און יעדער זאל זיין אינדעראויסן אז נישט גייען זיי ארעסטירען, די זאליס זענען ארויס געלאפען פון דארט מיט די נשמה אין די האנט, די פאליציי האט זיי קלאר געשטעלט נאך איינמאל זיי גייען אריין, געבן זיי מער נישט קיין 5 מינוט נאר גלייך גייט קייטלעך, אזוי ווי די געזעץ זאגט, ווען איינער גייט אריין אין א בילדונג ווי עס איז דא א וועקעט ארדער.

כלל ישראל בכלל, און תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, רופן אויס: ככה יעשה לאיש וואס איז מסרב לדין און וויל זיך נישט בשום אופן שטעלן צו דין תורה!!!


תוקן על ידי טראק ב- 19/09/2010 19:26:13

גערעכטער1 » 19/9/2010 19:40

טראק סעקען נישט זיין אז וואס די שראבסט זאל זיין אמת, ווייל יוסף90  אין בחדרי חרדים שראבט אז יתחק רוזנבערג האט געבעטן א פערמיט אין אז די שטאט האט עם דאס נישט געוואלט געבן, האט ער געבעטן דעם פערמיט פאר די זאליס? איז ער געווארן א זאלי? יוסף90 שראבט אז ער זעט נישט פארוואס די זאליס זאלן נישט קענען דארט זיין סוכות אזוי ווי אלע יארן?, אבער למעשה שראבט ער אז יצחק רוזנבערג האט געכאפט א פראסק פין די שטאט ווען זיי האבן עם נישט געוואלט געבן דעם פערמיט פאר א סוכה.

פייוויש » 19/9/2010 19:43

איז עפעס פארגעגאנגען דארט נעכטן נאכט? איך האב געזעהן דארט פאליס זיך טענה'ן מיט דעם ווייס די שמש אין ראדני שוהל.

סעפטיק_זל » 19/9/2010 20:10

רבותי טוט ענק אן א שירעם ווייל אז עס רעגנט גיסט [ב"ה]

יא יא די זאליס האבן זיך נאך מיטוואך געשוואוירען אז זיי דארפן נישט בויען קיין סוכה ווייל זיי וועלן זיין דארט ווי א יעדע יאר אין די ניגון האט מען  געהערט זינגען פון די גרעסטע מאכערס ביי זיי
אין דערפאר האבן זיי טאקע נאך נישט געהאט ארויסגענומן קיין פערמיט ביז דארנעשטאג

ווי אינטעררסאנט איז אנצומערקן אז דארנעשטאג זענען זיי ארום געלאפן אין גאנץ ברוקלין אין איבער געדרייט א יעדע שטיינדעל וואס זיי האבן נאר געקענט פורבירט אלע קאנעקשענס טאקע דיע וואס זיי הבן זיך אויפגעטון גאנצע צען יאר אז אין ברוקלין האבן מיר אלע פאליטישענס אין טאש
אבער קיינער האט ניטאמאל געוואלט קוקען אויף זיי (מסתמא האט זייער טאש א גרויסע לאך)

יא יא יעצט וועלן זיי קענען אראפ נעמן די דאך פון ארמארי אין מאכן דארט די סוכה אבער דארט ווי עס ליגט אינוועסטעט אינזערע אויסגעבלטיגטע געלטער וועלן זיי קיין דריסת הרגל נישט האבן נאפס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

רבי_יונה » 20/9/2010 00:59

רבותי עס איז נישט צו גלייבען!

ווער עס דארף אביסעל פרישע חיות זאל איצט דורך פארן בעדפארד קארנער ווילסאן.

עס איז נישט צום גלייבען ווואס מען זעהט דארט!

די זאליס שטייען בבושות וחרפות און זענען ארויסגעפלויגען פון נייעם שול!

אוי עס רייסט זיך ארויס א דאנק צום הייליגען באשעפער: הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!

ווער האט זיך געגלייבט אז דאס וועט פאסירען!

יא אזוי קוקט מען אויס ווען מען גייט אין קארט שלא ברשות בי"ד, מען גראבט זיך אליינס א טיפען בור, מען איז פון בית החיים ארויסגעפלויגען, און איצט פונעם ביהמ"ד החדש!

איציק_מיכל » 20/9/2010 01:02

מדארף נאך אסאך מתפלל זיין אז ס'זאל טאקע בלייבן פארשפארט
זיי בויען טאקע א נייע סוכה
אבער זיי ארבייטן נאך אויף קעסל און כלים צו באקומען אן עמערזשנסי פערמיט

היראים » 20/9/2010 01:04

ווייסט איינער פאר די זאלי'ס האבען אפגעמעקט די אשכול פין די סוכה
ווי  זייער חכם רעכנט אויס די גרויסע ניצחן פין מאכען די סוכה אויף ראסס סט'  (ער האט נאך ג'חלום'ט ראסס סט', ס'דאך איין זאך פינקט ווי פאללאקס מיטן ביה''ח)


סוכה הגדולה אויף ראסס סט.

יעצט געקימען די ידיעה אז די גרויסע סוכה וועט דאס יאר זיין אויף ראס סטריט פארנט פון בית רבינו (אוון דער ראש הקהל יצחק ראזענבערג...) פארשטייט זיך אז די ארונים ווועלן טרואומפירן אז זיי האבן זוכה געווען אפצוהאלטן טויזענטער אידן פון זיצן און א סיכה גזילה, אפילו זיי באקומעין נישט באצאלט דערפאר - נאר זשע עס קאסט זיי "צער און עגמת נפש" (עיין דרשה פון רא"ט שבת שיבה ווען ער האט זיך אונטער גענימען נישט מצער זיין מער קיין אידען), אבער האפענטליך וועט עס אנהאלטן אזוי לאנג ווי די רעסטער זיג האט אנגעהאלטן, און די זעלבער צייט וועלן זיך טאקע טויזענטער אידען צוזאמנעמען אינעם נייעם צייטוויילגען סיכה טאקע פארנט פונעם ארטיסטן בויער וואס האט נעבעך ציגעזאגט פאר זיינע קעלבלעך אז זיי וועלן זיצן אינעם -יעצט- פארברענטע סוכה


די תגובה פאר זיך איז ווערד א מעדאל
בלייבט נאר איבער די קשיא פארוואס זיי האבען עס אויגעמעקט....

פשווארסק » 20/9/2010 19:35

 
די עסקנים ר' ישעי' יצחק רובין, ר' נפתלי משה אינדיג, ביים אבאכט געבן אויפן בית המדרש החדש.


[בילד – נישט אפגעהיט]

פשווארסק » 20/9/2010 19:39

the sukkah from the losers ''outside'' the new shull


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



פשווארסק » 20/9/2010 20:41

Rabbi Roth Cry & Arguing By the Wilson Sukka with Rabbi Fridrich http://twitpic.com/2qdj8l

allgood1s » 20/9/2010 21:07

פארוואס טאקע נישט אויף ראסס סט. "אונטערען פענסטער פון ר' יצחק ראזענבערג" אזויווי קעציל האט געהאט געשריבען?

ראסס סט. איז דאך די גאס אסאך ברייטער ווי ווילסאן סט.

(אפשר וואלט עס אויך געווען איינס מיט ראדני...)

belony » 20/9/2010 21:54

What a kiddush hashem The goiyem scream on them why they can't make the sukkah like yearly in the biemd, they ashmed to answer bcs they didn't came to Din toire..

rebyankel » 20/9/2010 23:06

WOW
די סוכה איז די הייעך העכער ווי די לענג
כאטשיג די פיקטשער זאל געלונגען זאל זיין א שטיקעל נחמה

סעפטיק_זל » 20/9/2010 23:10

עס איז נאר אינטערסאנט צו באמערקן אז זיין נעפיו די וומ"ס רב וועט האבן א גרעסערע סוכה פונעם פעטער

ווייל די סוכה אין הופער איז 50-100 זייער איז ווי עס זעט מיר אויס לכאורה 35 אדער 40 די ברייט די לענג לכאורה 90 אדער 100

פריינדליך » 20/9/2010 23:42

הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס איז שוין לאאאנג איבערגעשטיגן דעם פעטער. סיי אין תורה. סיי אין גרויסקייט פונעם שול. און סיי אין האבן אן עולם

rebyankel » 20/9/2010 23:46

אלעס קומט זיי אהיים
געדענקט איר וויפיל מסירות זיי האבען אריינגערוקט אין די בלויזע 2 וואכען וואס מען האט געבויט די ריזיגען ביהמ''ד הגדול
וויפיל מסירות זיי האבען אריינגעריקט אין די 24 שעה וואס מען האט געבויט די סוכה אויף ווייט
וויפיל מסירות זיי האבען אריינגערוקט ביי די מצה בעקעריי, די ריזיגע ת''ת בילדינג, אין אלע אנדערע בינים
אלעס קומט זיי אהיים

די ספאנישע גוים וואס אינזער באקאנטער וויטא לאפעז האט אריינגעשטעלט אין די פראזשעקס נעמען זיך אן פאר זייער שלאפ, אין האבען מורא אז די באמבאסטישע ספיקער פין די לוזער וועט זיי שטערן שלאפען אין פראבירן אינטערצו האקען די פיס דארט

rebyankel » 21/9/2010 00:48


געדענקט איר וויפיל מסירות זיי האבען אריינגערוקט אין די בלויזע 2 וואכען וואס מען האט געבויט דעם ריזיגען ביהמ''ד הגדול
וויפיל מסירות זיי האבען אריינגעריקט אין די 24 שעה וואס מען האט געבויט די סוכה אויף ווייט
וויפיל מסירות זיי האבען אריינגערוקט ביי די מצה בעקעריי, די ריזיגע ת''ת בילדינג, אין אלע אנדערע בנינים
אלעס קומט זיי אהיים

די ספאנישע גוים וואס אינזער באקאנטער וויטא לאפעז האט אריינגעשטעלט אין די פראזשעקס נעמען זיך אן פאר זייער מנוחה, אין ווייסען אז די באמבאסטישע ספיקער פין די לוזער (די בעיבי'ס ניצן מער באם באקסעס ווי ספיקער'ס) וועט זיי שטערן שלאפען אין פראבירן אינטערצו האקען די פיס פין די גנבים

יעצט זאל ער זיך דורכקומען מיט לאפעז'ס חברה...

ר' זלמן לייב טענה'ט אז די ספאנישע שטערן אים שלאפען א יעדן טאג די שינת צהרים, מעג ער זיי שטערן שלאפען עטליכע נעכט...


תוקן על ידי rebyankel ב- 21/09/2010 00:50:59

וילסן_סוכה » 21/9/2010 05:47

די בעסטע און זיסטע איז נאך ווען מ'קוקט זיי אן... זאל איינער פרובירן אריבער וואקן און זיי אריינקוקן אין פנים.... עטליכע האבן שוין היינט געכאפט שלויך שפייעכץ פון מאיר ראטה ווער עס קוקט אים נאר אן שיסט ער באלד ארויס א טוץ קללות... למשל היינט דערציילט מיר איינער א ער האט אנגעקוקט מאיר באטשי, און פלוצלינג הערט ער יאמערליכע קללות: 'מע'גיימער אופענגען אלע ארונים אינמיטן שטאט....' 'אונז גיימער קאנעקטאן אלע ביעמס צו די ביעמס פון שול אן אינדיג'ס רשות... אז ס'געפעלט אים ניט זאל ער זיך בייווייזען פאר מיר לעבעדיגערהייט......) בקיצור, מאיר שעלט און פיצי פריעדמאן מיטן מטורף יוסעלע פליט פרובירן שוין א גאנצן טאג צו ווערן גוט מיט די עקזילירי פאליס אפשר וועלן זיי אריינלאזן אן אינדיג'ס רשות.... קוק ווי שטיי מיר! די זאליס דארפן זיך ענטפערן פארוואס מ'מאכט די סוכה אין 'חצר'.....

רבי_יונה » 21/9/2010 20:09

דא קען יעדער זעהן די פערמיט וואס די זאליס האבן באקומען צו קענען בויען זייער סוכה נאר אויף די גאס.

און מען זעהט דא די פערמיט איז נישט אויף די נאמען פון קהל יטב לב, נישט אויף די אדרעס פונעם נייעם שול, אזוי ווי די שטאט האט געזאגט, אז טאמער עס האט איינע פון די 2 זאכן קענען זיי נישט געבן קיין פערמיט, אזאך וואס די זאליס לייקענען מיט אלע כוחות.

http://a810-bisweb.nyc.gov/bisweb/JobsQueryByNumberServlet?requestid=2&passjobnumber=320216397&passdocnumber=01

 איצט קענען די זאליס ווייטער זינגען ספירנקלערס...

apnews » 21/9/2010 21:04

יונה

וואס מיינט די ווערטער?



26  Owner's Information

Name: MANDEL YITZCHOK
Relationship to Owner: ADMINIDTATOR
Business Name: TORAH V'YARA INCE Business Phone: 718-963-9260
Business Address: 82 LEE AVEE BROOKLYN NY 11211


מישמאש » 21/9/2010 21:15

פין דעם אדרעסס איז חיים יצחק מאנדל בעל בית
[בילד – נישט אפגעהיט]

מישמאש » 21/9/2010 21:16

1 brooklyn plaza איז די אדרעסס

apnews » 21/9/2010 21:34

מישמאש

די טרייסט מיר צו דרייען א קאפ אדער די ביסט אליין צומישט

מישמאש » 21/9/2010 22:01

שעפעלע שלום דייטש שלאפט שוין נישט נישט קיין וואכן קענסט אים פרעגן

היראים » 21/9/2010 23:20

AP
ביז דאך א תלמיד פין פארמעגליך
שניידסט אויס א שטיקל ווי עס שטייט ''ווער עס האט ארויסגענומען די פערמיט'' אין זיי רילעישאן צו די OWNER פין TORAH V'YARA INCE איז ''אמיניסטרעיטאר''
מיז זיין אז ער איז די OWENR פין די גאדער אויף ווילסאן


היראים » 21/9/2010 23:21

די גוישע שכינים פין די פראזשעקס זענען פארשטייט זיך זייער בייז אויף די סוכה זיי שטייען דארט אין שעלטן
ווען  די מעשה וואלט ח''ו געווען פארקערט וואלט שוין געווען א בריוו פין די פורים בית דין ''התגרות באומות''