היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 850 שטימען פון אנ"ש אין קרית יואל, טראץ שטילע קאמפיין!

850 שטימען פון אנ"ש אין קרית יואל, טראץ שטילע קאמפיין!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2827025

מנחם_מענדל » 15/9/2010 04:07

לויט די ערטשע באריכטן זענען אריינגעקומען אין קרית יואל 850 וואוטס פאר די אנ"ש קאנדידאטן, צוטיילט צווישן ביידע פארטייען, בעיקר אויף די רעפובליקאנע טיקעטס, וואו רוב אנ"ש זענען איינגעשריבן.

פון די בני יואל \ טשאטה \ שארמאש \ ווערפעלעי \ סאסמאן \ טאהש \ (ווער קען די ליסטע?) איז אריינגעקומען "בלויז!" 750 שטימען, טראץ זייער מאסיווע קאמפיין אז "יעדער מוז שטימען", און אז דא גייט מען "איינמאל פאר אלעמאל" ווייזן פאוער, און די קאמפיין איז געגאנגען הייס און שמוציג, מען האט באצאלט קארס ווי ביי געווענליכע עלעקשנס, ארומגעקלאט אן אויפהער זייערע מענטשן וועלכע האבן נאכנישט געשטימט, אא"וו.

מאידך גיסא אונזערע עסקנים האבן נישט געוואלט צופיל באלמוטשען דעם ציבור, צוליב וואס מען קוקט ענדערש ארויס אז דער ציבור זאל ארויסקומען נאך סוכות ביי די געהעריגע נאוועמבער וואלן, און די יעצטיגע קאמפיין איז דעריבער געווען (ווי יעדער תושב ק"י קען מעיד זיין...) זייער א רואיגע און שטילע, אזש אין ביהמ"ד האט זיך געקענט דוכטן אז מען רעדט פון א טיי אווענט אקציע..., קיין קארס האט מען נישט צוגעשטעלט, וכו' וכו'.


תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 15/09/2010 04:10:49

מנחם_מענדל » 15/9/2010 04:16

אט האט איר די חילוק אין די קאמפיין'ס פון די 2 צדדים:



זאליס: (גענומען פון היידפארק, מפי השמועה זענען זייערע שולן געווען באגאסן מיט ליילעכער)


[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]







אנ"ש (בילד פון ביהמ"ד הגדול היינט צופרי)


[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 15/09/2010 04:22:54

רעכטער » 15/9/2010 04:19

מען פלעגט קיינמאל נישט מאכן קיין קאמפיין ביי קיין פריימערי'ס.

עס קומט זיך א דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די עטליכע טייערע יו"ט'דיגע מינוטן.

מנחם_מענדל » 15/9/2010 04:35

איין זאך האב איך אויסגעלאזט: ביי אונז האט מען נישט ארויסגעשיקט אויף פאסט קיין סעמפל בעלאט'ס, און נישט אהיימגעשיקט קיין צעטלעך מיט די קינדער פון חדר, אזוי אז די פרויען האבן כמעט נישט געשטימט.

און דאך זענען ארויסגעקומען "מער אנ"ש" ווי זאליס, נאך זייער גאנצע מהפיכה!!!

רעכטער » 15/9/2010 04:44

וואס טאקע פשט אז דער סאלאגן אז "מ'גייט ווייזן פאר די פאלאטישאנס אז מיר האבן א מעכטיגן כח" האט זיך אויסגעלאזט מיט אזא נידריגער ציפער?