היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שניידערמאן פאר אטוירני דזשענערעל!

שניידערמאן פאר אטוירני דזשענערעל!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2826667

kootointy » 14/9/2010 00:32

עריק שניידערמאן, א לאנג טערמיניגער סטעיט סענאטאר.ער איז אן ערענסטער מענטש ער מיט א רייכע היסטארי פון העלפן היימישע אידן וואס דא איז נישט דאס פלאץ מבאר צו זיין..

 

ווער עס פארשטייט וואס דאס אמט איז און וואספארא פאוער אן אטוירני דזשענעראל פארמאגט (צווישן אנדערע, ער איז מער ווייניגער בעה"ב אויפן דזשודישל סיסטעם איבערן גאנצן סטעיט בכלל און איבער אלע דיסטריקט אטוירניס/סטעיט פראסיקיוטערס בפרט..)

 

און מציאות געדענק מיר נישט און פארגאנגענהייט אן אטוירני דזשענערעל מיט אן עכט אפענעם טיר פאר היימישע אידן, וואס לויט ווי ער פארשפרעכט וועט דאס זיין ביי אים.


ער האט קלאר די בעסטע שאנסן צו זיגן. 

אלזא, איך זעה נישט קיין שום סיבה (פארשטייט זיך חוץ פון די פארשטינקענע היימישע פאליטיק..) נישט צו וואוטן פאר אים. 

 

לאגיש » 14/9/2010 00:35

FULLY AGREE WITH YOU!!!!

TeaParty » 14/9/2010 05:16

איך ווייס נישט פארוואס די האסט באשלאסען שניידערמאן, שניידערמאן איז א שרעקליכע ליבעראל, עס קוקט אויס אז ער האט די מערסטע שאנסען צו געווינען אמת! אבער וואס ער איז, עס קען זיין א גרויסער קידוש השם אז היימישע אידען זאלן שטימען פאר שאן קאפי

Sean Coffey for Attorney General

שאן קאפי האט זיך מחייב געווען צו העלפען היימישע אידען

מיט אלע מעגליכקייטן ער איז שוין געזעצען מיט אסאך היימישע עסקנים און ער האט זייער שטיצע, חוץ פון דעם וואס ער האט שטארקע שאנסען דאס צו מאכן

און נאך א נקודה וואס יעדער איז מודה, אז טאמער שניידערמאן מאכט עסו וועלן די ריפאבליקאנער אזוי שטארק ארויס קומען און נאוועמבער אז דאנעווען וועט עס מאכן

יקרבו » 14/9/2010 14:01

שניידערמאן פאר אטוירני דזשענעראל

טי פארטי, א דאנק די טי פארטי קענען די רעפאבליקענס נאך חלילה פארלירן דעם סענאט ביי די קומענדיגע וואלן

לאמיר וואוטן פאר שניידערמאן ווייל ער איז א פריינט פאר כלל ישראל און האט אלעמאל געטון וואס ער האט געקענט צו העלפן דעם ציבור

sammy » 14/9/2010 15:47

.

TeaParty » 14/9/2010 17:39

די ארונים האבן באשלאסען צו שטימען פאר שניידערמאן, און די זאליס שטיצען רייס, און היינט ביינאכט אויב שניידערמאן וועט געווינען, וועט מען זען אויף אלע בילדער די ארונישע  UJCעסקנים שטופען זיך צו די פיקשערס, און אויב רייס וועט געווינען וועט מען זעהן אלע זאלי UJO עסקנים ביי רייס

יעדער ווייסט אז אטורני גענעראל איז גארנישט, טאקע וועגען דעם גייען אפילו רוב ניו יארק סטעיט ניט אמאל שטימען (חוץ און די פלעצער ווי מען שטימט פאר אנדערע זאכן),

איך מיין אז אלגעמיין היימישע אידען וואס געהערן נישט צו קיין איינס צו די סאטמארס זאלן שטיצען

Sean Coffey for Attorney General

עס קען זיין א גרויסער קידוש השם, אז מען קען שפעטער זעהן וועלכע קאמיונטיס שטימען פאר נישט קיין ליבעראל, און נישט אזא איינער ווי שניידערמאן וואס אלע תועבה ארגענזאציעס שטיצען אים

yosefelye » 14/9/2010 18:06

Don’t forget

A vote for

Sean Coffey

Is a vote for

Ziggy Brach

 

געדענקט!!!

א שטימע פאר:

שאן קאפי

איז א שטימע פאר:

כעזקל בראך

 

TeaParty » 14/9/2010 20:40

קען מיר איינער מסביר זיין די חילוק און פאליטיק פון שטיצען

די עסקנים פון UJ Care  

די עסקנים פון UJO

אדער חזקל בראך

קיינער מיינט דאך נישט קיינעמס טובה, עס איז אלס פריוואטע אגענדעס