היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג

זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2826528

סעפטיק_זל » 13/9/2010 16:19

ווי עס ווייסט א יעדער איינער קומט פאר זייער וויכטיגע וואלן מארגן דינסטאג ווי עס לויפן א רייע קאנדידאטן ווען א יעדער שרייט אז עיר וועט זיין די בעסטע און די אנדערער שרייט אז ער וועט זיין די בעסטע

אבער מיר וועלן ארויס ווייזן אונזער הכרת הטוב פאר די ענגערישע עסקנים פון יוי דזשעי קעיר
וואס עס מוז זייער קלאר ארויס געברענגט ווערן אז צום הייניטגען טאג געניסט שוין אונזערע מוסדות ב"ה פון כמעט אלע פאגראמען, און דאס איז נאר צושטאנד געקומען דורך די געטרייע ארבעט פון די עסקנים פון יוי דזשעי קעיר ובראש העסקן הנמרץ לכל דבר שבקדושה ר' גרשון שלעזינגער הי"ו וואס זיין ציל איז נישט קיין פיקטשערס און נישט קיין שום אנדערע זאך נאר אז מיר זאלן אויך זיין בארעכטיגט צו דעם וואס א יעדער איינער איז בארעכטיגט
אשר על כן בעטן מיר פונעם גאנצען ציבור עס איז דירעקט נישט געמאכט געווארן קיין שום מערכה  דערווייל נאר כדי צו קענען האלטן ריין די לופט אין די הייליגע טעג אבער מיר בעטן א יעדעם איינעם אז ווען מיר וועלן ארויס שטעלן אונזערע קאנדידאטן דאס צו נעמען זייער ערנסט

אונזער ציל איז נאר אויפצוטון אזוי ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט בעבר און א יעדע "איינציגע" שטימע ציילט

באבע_מעשה » 13/9/2010 16:50


העסקן ר' גרשון שלעזינגער הי"ו מיט העסקן ר' לייב מאשקאוויטש הי"ו שטעלן פאהר פאר'ן רבי'ן שליט"א דעם דיסטריקט לידער קאנדידאט לינקאלן רעסטלער

 

 

 

 

♦♦♦





באבע_מעשה » 13/9/2010 16:52

[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

באבע_מעשה » 15/9/2010 16:45


ווייסט איינער וואס איז די תוצאות פון דעם פארמעסט, איך זעה אז קיינער רעדט נישט דערפון

יענקעלע11 » 15/9/2010 18:15

רעסלער איז פאראויס מיט בערך 50 שטומען, און מען ציילט אצינד די
עבסענטי באלעטס. אשר על כן איז דאס נאכנישט ענדגילטיג.

אייןסאטמאר » 15/9/2010 19:31

רעסטלער איז דער געווינער
לאפעז, כאשר החילות לנפּול נפול תפּל

סעפטיק_זל » 15/9/2010 19:33

ברוך המקדש שמו ברבים - הטוב כי לא כלו רחמיך - על זאת שבחו אהובים ורממו לקל

כלל ישראל האט נעכטען אוועק געריקט איינער פון די גרעסטע שטיינער וועלכער האט ליידער פורבירט צושטערן בכל עת ובכל זמן צו קעמפן א קעגן די יודישע אינטערסן דורך דעם וואס איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ערוועלט געווארן א נייער שטערן לינקלאן רעסטלער פאר דיסטריקט לידער
לינקלאן האט קלאר פארשפראכן אז ער וועט נאר ארבעטן אקעגן די שונא ישראל הידוע וויטא לאפעז
אפילו אין די גויאשע פרעסע איז דאס פארעפענטליך געווארן פאר א מעכטיגע נידערלאגע פאר וויטא דער וועלכער האט ארויסגעווארפן די אידן פון די פראדזשעקטס אין געשטערט יעדע גוטע פארגראפ וואס האט געדארפט קומען פאר די אידישע קינדער


סעפטיק_זל » 15/9/2010 19:46

ב"ה די גוטע יאר האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה

פאר דיסטריקט אטורני איז ערוועלט געווארן עריק שניידערמאן 
די פארמעסט איז געווען זייער א שמאלע פארמעסט און ער האט זיך ממש געבעטן פאר אונזערע שטימען אין קרית יואל אין וומ"ס אין ב"פ און אויפ'ן טעלפאן נעכטען נאכט נאכן זיג האט ער זיך אויסגעדריקט צו העסקן הנמרץ ר' גרשון שלעזינגגער הי"ו מיט די ווערטער
איך וועל אייביג געדענקן די טובה וואס עטץ האטץ יעצט געטון מיט מיר
די זאליס האבן אינדארסט דעם פרוי רייס  נאר ווייל זי איז געשטאנען פאר די וואלן די בעסטע אין די אנקעטס אבער בור כרה ויחפרהו

פאר די אנדערע פאסטן וואס משה דוד איז געלאפן און מיט דעם פורבירן זיך די זאליס זיך צו מחזק זיין
וויל איך זיי זאגן וויי וויי פאר אזא געווינס יא יא דאס פארגינען מיר פאר ענק
א פאסטן אן א טיטול אין ניטאמל מיט א מיטל

סעפטיק_זל » 15/9/2010 19:56

אין נישט פארגעסן יעצט האבן מיר טאקע ארויסגעוויזן וואס עס מיינט א בלאק וואויט
און אפילו ווען וואס דאס מאל איז נישט געווען אזא מערכה
א יעדע איינציגע שטימע  ציילט און בעז"ה וועט א יעדע פאליטישאן דאס געדענקן א גאנצע יאר
אבער טייערע אידן נישט באזארגט מיר האבן נאך א קליינע מהלך צו גיין צוביסלעך וועלן מיר אן קומען

באבע_מעשה » 15/9/2010 20:09


קיינער זאל זיך נישט בארוהיגן מיט דעם וואס מיר האבן געווינען דעם פארמעסט, אמת אמת אז דאס איז א שטופ פאראויס אבער מיר האבן נאך א גרויסער מהלך צו גיין, מיר טארן זיך נישט אפשטעלען דא, מיר דארפן גיין ווייטער ביז די מחרוביך ומהרסיך מבחוץ ומבפנים וועלן אראפ פאלן.
און דאס זעט נישט אויס נאך צו א לאנגער וועג

און א ווארט צו די ליינער וואס זענען נאכנישט רעגעסטרירט, ווארט נישט אויף כבוד נעם א צעטעל פיל אויס און רעגעסטריר זיך, און גיי ואטען אפי' ווען די ביסט פארזיכערט 100% אז די גייסט פארלירן, און קום נישט נאכדעם ווי א חכם שרייען דאס איז נישט גוט, און זאלסט האבן א גמר חתימה טובה

apnews » 15/9/2010 21:00

לכאורה די עיקר וואס UJO האט ארויסגעברענגט און וואס UJC האט ארויסגעברענגט קען מען זעהן ביי נידערמאן VS מאשקאוויטש, סוי וואס זענען דארט די נומערן,

און סתם אזוי בין איך נייגעריג ביידי וויליאמסבורגע דיסטריקט וויפיל איז געווען פאר שניידערמען  און וויפיל פאר רייס?

apnews » 15/9/2010 21:15

לויט ווי איך הער איז די גאנצע מעשה מיט רעסטלער געווינס נאך ווייט פון א זיכערע זאך נאכדעם וואס ער שטייט יעצט אינגאצן  מער מיט 20 וואוטס פון קאהן, און ביזדערווייל איז נאך דא בערך 400 שטימעס וואס איז נאכנישט געציילט געווארן, בערך 185 אויף העיווארד וואס די מאשין האט זיך  צובראכן, מילא איז נאר די בעלאט וואס מען האט נאכנישט גיציילט און די זעלביגע איז געווען ביי די ווילסאן מאשין, וואס איז נאך דא בערך 130, און נאך עבסענטי בעלאטס,

און יעצט וואס איך האב פריער געפרעגט וועגען נידערמאן VS מאשקאוויטש, וואס דאס ברענגט ארויס די עיקר כח פון יו דזשעי אוי VS יו דזשעי סי דארט זעה איך אז נידערמאן האט געוואנען מיט 3219 אקעגין מאשקאוויטשעס 1705 וואס נידערמאן האט כמעט דאפעלט וואס מאשקאווישטש האט געהאט,

הולך_לבגץ » 15/9/2010 21:18


די אישו איז נישט נאר ווער האט נעכטען ארויס געברענג מער שטימען, נאר ווער האט באקומען נאך א פאלעטישען צו זיין זייט, ווען מיר וועלן דארפן א טובה האבן מיר נאך א פאלעטישען

און אז וויטא לאפעז האט געכאפט א פליק כמו שכתוב, ער וועט שוין נישט געבען אלעס פאר דעם פארעטער נידערמאן, ווייל ער זהעט אז ער האט א שטארקע קעגנערשאפט, נישט קיין נפק"מ וויפיל, פונקט גענוג צו ארויס שטופען זיינע מענטשען, צו איז דאס סקוואדראן, צו איז דאס קאהן, ווען נישט אונזערע שטימען וואלטן ביידע נישט געווינען, ווען לאפעז וואלט זיך נישט געשלאגן מיט אונז וואלטן ביידע נישט געווינען, דאס איז דער מעסעדזש

און אז די ביסט דערקלאפט און ווילסט זיך טרייסטען מיט נארישקייטן דעמאלס ביסטו גערעכט

apnews » 15/9/2010 21:36

אבער נאך אלץ דארף ער זיך מער רעכענען מיט די מערהייט וואס דאס איז יו דזשעי אוי, און די גאנצע וואס די פרייסט זיך אז ער וועט זיך ציט ענק אויך רעכענען, נא עטס זענטס דאך אויך יודישע קינדער פארוואס דען נישט זאל ער זיך רעכענען מיט ענק, אבער געדענקט נישט ווען עס איז אויפן חשבון פון יו דזשעי אוי, ווייל ווי נישט ווי האט יו דזשעי אוי ארויסגעברענגט מיט דאפעלט אזוי סאך שטימען ווי יו דזשעי קעיר,

הולך_לבגץ » 15/9/2010 21:42


דאס אז דער פארעטער פון ווילאמסבורג פראבירט צו לייגן פיס ווי מיר פראבירן עפעס צו מאכן כדוגמא ביים בויען די נייע ביהמ"ד (טאקע און ווינקל ביים עק פון וומ"ס) האט דער מושל בכיפה פראבירט מיט אלע זיינע פאליטישע כוחות צו שטערען, דאס איז די עיקר מטרה צו עם נישט לאזן טוהען מיט וומ"ס כבתוך שלו, ער האט זיך אויך נישט געבויעט און צוויי דריי יאר דאס נעמט אסאך צייט אבער אז מע מאכט א עלי' מיט פארשריט איז שוין גוט, אי"ה ביי די נעקסטע וואלען וועט זיין נאך בעסער, ביז מיר וועלן אים אראפ נעמען פון זיין טיטל פארעטער פון וומ"ס

יעצט האסטו פארשטאנען ???????? קיינער וועט זיך נישט צושטעלען צום נייער ארגעניזאציע ביז יענער ברענגט נצחונות, און דאס איז וואס פאסירט ב"ה

דמשקאליעזר » 15/9/2010 21:48


אמאל האט מען געזאגט אז די אהרונים קענען נישט דערלייגן דא איז עולם הפוך ראיתי די זאליס האבן דערלייגט צוויי מאל און זיי פראבירן צו שרייען אז זיי האבן געווינען ווייל ווייל ווייל ווייל ווייל....................

סעפטיק_זל » 15/9/2010 22:21

איך וויל נאכאמאל זייער קלאר שטעלן

עס איז נישט אמת בכלל דאס וואס טייל אירע שרייבן אז מען האט נאכנישט געציילט 400 שטימעס אויף העיווארד אין אויף ווילסאן
נאר "אלע שטימעס זענען שוין געציילט געווארן"

נאר די עמבענסטי בעלאטס דאס האט מען נאך נישט געציילט אבער לכאורה דארף מען נישט זיין באזארגט פארדעם 

אבער נאכאמאל עס איז דערווייל א 99% פארצענט געווינס 

בחצרסטאמאר » 15/9/2010 22:22



ווי איך הער (נישט מתוך ידיעה נאר שמיעה) איז אין וומ"ס אליין געווען ממש אייניג סיי נידערמאן און סיי מאשקאוויטש האבן געהאט אייניגע שטימען די פארלוסט איז געווען אינדרויסען פון וומ"ס

אויב קען איינער ביטע ברענגען א לינק צום סייד פון די בארד אוו עלעקשענס זיך איבערצייגן דעם אמת

סקאטמאלען » 15/9/2010 22:24

דא איז נאר דא 1 פארמעסט, נידערמאן קעגן די אהרונים, ווער עס קען ארויסברענגען מער שטימען אין וומ"ב, דאס איז דער איינציגער פארמעסט, פינטל. שניידערמאן, קאפי, רייס, קאהן, רעסטלער, דאס זענען בלויז שטיקלעך אויף שאך ברעטל, און דערווייל איז אלס נידערמאן ארויס דער קלארער זיגער אין וומ"ב,

נידערמאן האט א שטארקע קאעליציע, צווישן די איבעריגע קהלות אין וומ"ב, און די ספאנישע פאליטיקאנטן, מיט וויטא לאפעז בראש, איך האלט די ארונים האבן א בעסערע שאנס צו אריבער ברענגען צו זיך די ספאנישע ווי די וומ"ב קהלות,

מאכטס נישט קיין טעות די קהלות אין וומ"ב האבן גארנישט קעגן ר' אהרן, עכ"פ אפציעל זיכער נישט, אבער די מציאות איז אז ר' זלמן לייב מיט נידערמאן איז דער דע-פאקטא סטאטוס-קווא אין וומ"ב, און פארוואס פאר א גוט יאר זאלן קהל פאפא, וויען, קלוזנברג, ספינקא, ספינקא, ספינקא, נייטרא, וכו' וכו' זיך איינטינקען אין די סאטמארע מאראסט אין זיך קעגן שטעלן קעגן אן אלט געזעסענער פארטרעטער, עכ"פ אזוי לאנג ער טשעפעט זיי נישט, און נידערמאן מאכט זיכער זיך צו לעקן צו די קהלות לייק נעווער ביפאר, זיי זענען די סווינג וואוטס אין וומ"ב,

איך זאג נישט די אהרונים האבן זיך אויפגעבויט זייער אייגן בלאק וואוט, וואס יעדער פאליטיקאנט דארף זיין משוגע צו איגנארירן, אבער צו איבערווארפן נידערמאן האלט מען נאך זייער זייער ווייט,

apnews » 15/9/2010 22:38

sepic

But scores of ballots remain outstanding, including emergency and absentee ballots, which have  not been counted
NY Post

Scout mulen
Greenpoint and Fort Green went for moskowitz

Anyways Time will tell

סעפטיק_זל » 15/9/2010 22:44

סארי קיינער וויל דא נישט אוועקווארפן נידערמאן מיר פאגינען אים זייערן גערן צו האבן זיין אפיס אויף פען סטריטאון צו טיילן מייערן אבער מיר ווילן נישט אז נאך א ראז פלאזא זאל נאכאמאל פאסירן

וועגן די חתימות פון די אלע קהילות - קיין איין קהלה נעמט טאקע נישט קיין צד א יעדע קהלה גיבט זייער חתימה זייער גערן פאר יוי דזשעי קעיר

און וועגן ווער עס האט אנגעצויגן מער שטימען
לאמיר שוין יא זאגן אז נידערמאן האט אנגעצויגן מיט מער שטימען די מאל

האבן מיר דאס מאל נישט געמאכט קיין שום שטארקע מערכה
אמת אין טאג פון די וואלן האט מען געבעטן צו גיין שטימען פאר די אנידארסירטע קאנדידאטן
אבער ווען זיי האבן קאמפיינט שוין טעג פארדעם אין גרויסען א יעדן טאג גאנצע בלעטער אין דבר יום ביומו און  באסטיקערט כמעט א יעדען בוים אין אהיים געשיקט צעטלעך פון חדר אין וומ"ס

און לאמיר נישט רעדן פון דעם וואס זייער א גרויסער היימישער עולם איז נישט ארויסגעגאנגן שטימען נאך דעם וואס מען איז געווארן צומישט פאר וועם צו שטימען וד"ל

סקאטמאלען » 15/9/2010 22:53

זייט די אהרונים האבן אנגעהויבן צו רעבלען קעגן נידערמאן, אפאר יאר צוריק ביי די סקוואדראן וואלן, האבן די אהרונים דערווייל נאך קיינמאל נישט געהאט די רוב קעגן נידערמאנס קאעליציע. זיי זענען אלס געווען בערך 35% אזוי ווי יעצט.

סעפטיק_זל » 15/9/2010 23:02

עס וואלט טאקע זייער גוט געווען ווען איינער קען ברענגן עפעס א לינק פון די בארד אוו עלעקשאן זיך צו טאקע איבערצייגן וויפיל שטימעס נידערמאן האט טאקע אנגעצויגען

ווייל עס איז זייער אינטערסאנט ווייל פאריגע מאל ווען די בארד אוו עלעקשאן האט נאך ניטאמאל געהאט גענדיגט ציילן האבן זיי שוין געהאט א פונטקליכע נומבער  
און אין דער איד האב זיי שוין געהאט אויפן פראנט פעדזש די גרויסע פיצא'ס וויפיל פארצענט זיי האבן מכלומרשט באקומען
איך ווארט שוין צו זען וואספארא פיצא משה דוד גייט די מאל באקומען אין דער איד

סעפטיק_זל » 15/9/2010 23:04

אין נאכאמאל סקאט
מיט געדולד מיר וועלן צוביסלעך אנקומען דערווייל האבן מיר באקומען זייער א שטארקן בלאק וואויט
אבער אויך די שטימעס וועלן מיר נאך אי"ה איבער קומען

סעפטיק_זל » 15/9/2010 23:05

און אז די רעדטס שוין פון סקוואדרן ב"ה די מוסדות געניסט שוין יערליך פון מיליאנען!!!
נאר וועגן דאם סקוואדראן אין נאך אסאך טובות וואס מיר האלטן אין איין באקומען פון אים

apnews » 15/9/2010 23:21

Septic

NY post updated

http://www.brooklynpaper.com/stories/33/38/wb_electionroundup_2010_09_17_bk.html
 
http://www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/and_in_north_brooklyn_restler_upsets_PaoB1QIg6C8WKfSWVltCON
 
Lincoln Restler, 50.12 percent
Warren Cohn, 49.88 percent
The most-watched State Committee race in Brooklyn was too close to call on Wednesday morning, as a mere 19 votes separate Lincoln Restler from Warren Cohn — with nearly 1,000 ballots left to count.
--

בחצרסטאמאר » 15/9/2010 23:31


זאג נאר די ווילסט מיר נערן, אדער די נער'ס זיך אליין

איך האב געפרעגט ווער האט באקומען מער שטימען אין וומ"ס נידערמאן אדער מאשקאוויטש
פראבירסטו צוריק צודרייען מיטן ברענגען די לינקאן פארמעסט, די ווייסט וואס די ווילסט??????????
ביטע זיי אזוי גוט ברעג נאר וומ"ס אליין ווער האט געהאט מער שטימען, און פראביר נישט צו פאדרייען מיט שטותים

סעפטיק_זל » 16/9/2010 16:32

איך האב שוין אזוי שטארק געווארט אויף דער איד צו קענען זען וואסערע פיצא זיי וועלן געבן פאר משה דוד
אבער ניין די ערשטע מאל וואס איך מיין אז זיי האבן נישט
אבער דאס שרייבן זיי יא אז ער האט געהאט איבער א האלב מער אין וומ"ס
דעמאלטס פארוואס זאלן זיי נישט ברענגן כאטשיג איין פאפיר פון די בארד אוו עלעקשאנס דאס צו באשטעטיגען
וואס מיינען זיי מיר זענען מצה טאשען?

apnews » 16/9/2010 17:39

סעפטיק וואס האבן מיר מיט ברענגן פאפירן און באווייזונגען, די ביסט סיי ווי א געווינער נישט קיין חילוק וואס האט עטס געוואנען,

און יעצט אביסל לאגיש חשבון, לאיר גיין אז רעסטלער האט יא קלאר געוואנען אקעגין קאהן,
 אבער לאמיר גיין חשבון רעסטלער און קאיהן רעדט מען ביידע פון איבער 3000 וואוטס, סוי וואס האט רעסטלערס געווינס מיט די ארונים, ווייל דאס איז קלאר אז יעדער ארוני האט געשטימט פאר מאשקאוויטש און ער האט נאר ארויסגעברענגט 1705, איז מילא די איבריגע 1300 פון רעסטלער גארנישט צו טון מיט די ארונים,
און יעצט נישט אז איך טענה אז  זיי האבן נישט געוויזן קיין בלאק וואוט,( ווייל לויט ווי יעצט אז רעסטלער האט געוואנען מיט 20 וואוטס (ער האט נאכנישט געווינען נאר לדעתך) איז 12 וואטוס שוין אויך א בלאק ווואוט, (רעכן אז11 אוועק פון עם און געבן פארן 2טן איז 22),
און נאכמער אויב איז ביי ענק נישט די עיקר די נומערן נאר די בלאק וואוט, אויב אזוי זענען די זאליס און מאנרוי גרויסע געווינערס, ווייל ווי נישט ווי האט עטס יעצט נישט אנגעצויגן קיין גאנצע 30 פראצענט, משא"כ און קר"י האט מען שוין אנגעצויגן איבער 54 פראצענט, סוי וואס שרייט איר דארט אז מיר זענען  לוזערס מיר זענען אסאך שטערקער ווי ענק אויב גייט מען לויט די בלאק וואוט,

עניוועי סעפטיק די טענה איז נומערן און נישט קיין בלאק וואוט, אוודאי איז א בלאק וואטו א שטארע זאך, אבער די נומערן האטס עטס ניטאאל קיין גאנצע 30 פראצענט,

יכול » 16/9/2010 18:50

סעפטיק, ספעציעל פאר דיר, דא האסטו די דאקומענט פון די בארד אוו עלעקשאנס.

http://www.scribd.com/doc/37513984/2010-PrimaryElection-Unofficial-Results

[בילד – נישט אפגעהיט]

סעפטיק_זל » 16/9/2010 19:20

יכול טייערע איך וויל דיר נאכאמאל קלאר זאגן אז איך וויל קלאר זען פון ווילאמסבורג דייקא
די האסט מיר געברענגט די גאנצע חשבון וואס דאס איז אויך פון ארום וומ"ס

סעפטיק_זל » 16/9/2010 19:25

און נאכדעם איך האב נישט געמיינט צובעיסן אונזערע געווינס אויף דעם איך האב שוין אויבן קלאר מסביר געווען די חילוק די מאל פון אונזער מערכה מיט ענקער מערכה

און יעצט וואס עס איז א חילוק צווישען די זאליס אין קרית יואל מיט אונז אין וומ"ס
איבערצייג דיך אליין יעדע מאל וואס מיר האבן געמאכט א מערכה דערווייל האבן מיר געוואנען קוק רעסטלער און קוק סקוואדראן איך רעד נישט פון אבראהם וואס איז געווען קלאר פון פארדעם אז ער וועט עס נישט מאכן אבער מיר זענען נישט ארויס א קעגן א אייגענע ברודער דאס וואס עטץ האטס דעמאלטס געטון
(אין עס איז קלאר ווען אונז זאל מיר דעמאלטס געגאנגן מיט די אנדערע קאנדידאט וואלטן מיר עס געמאכט מיט א לענסלייד)

אבער עטץ אין קרית יואל האטס נאך דערווייל קיינעם נישט אריין געברענגט פינטעל....

apnews » 16/9/2010 19:57

Septic,
 
I'm not hear to argue the whole, this is bl"n my last answer on this issue until there will be more news
 
We in KJ our voted helped win Debois, doles, we trow out the "33 years veteran dog" weeks 
 
True you helped win Squadron
Restler will know later, so far he is not the winner
Even if you didnt vote for Abraham only for Simon the 2nd winner you will also be the loser since Levin had more then both together, also less yiden would vote for your ticket
 
Bye

סעפטיק_זל » 16/9/2010 20:51

צום ערשט א גרויסן ישר כח עי פי פארן שרייבן אז די וועסט מער נישט שרייבן מער פשוט ווייל איך האב שוין נישט קיין כח איבער צו קייען שטרוי דא א גאנצען צייט

און יעצט ביסט גערעכט אז עטץ האטס געשטימט אין קרית יואל פאר די קאנדידאטן וואס די האסט פריער אויסגערעכנט אבער זיי וויסן זייער קלאר אין די ווייסט דאס אליינס ענקערע שטימעס האבן ניטאמאל אויסגעמאכט

אין יעצט צום פוינט איך האב נשט קיין כח צו קינדערישע זאכן איך וויל רעדן צו דיר זייער קלאר אין לאגיש

אונז אין וומ"ס געניסען מיר ב"ה פון זיי אויסטערלישע טובות עד אין לשער [איך רעד אויך פון דוד גר"פ]
(לטובתינו און נאך אנדערע זאכן וד"ל)

אין יעצט צום פאוינט צו באקומטס אפילו א פערטל אין קר"י פון דאס וואס מיר באקומען פון זיי און וומ"ס????????????

איך ווארט ניטאמאל אויף דיין תירוץ סא די דארפסט נישט ענטפערן

א גוט יו"ט

הולך_לבגץ » 16/9/2010 21:48

איי פי זאג נאר די ביסט א שוטה???????????
מיט וויפיל וואטס האט סטיוו לעווין געווינען ???????? מיט 5000 (איך געדענק נישט אבער לאמיר זאגן)
וויפיל וואטס האט משה דוד געברענגט 2500 (לשיטתך)
האט ער נישט געווינען וועגן דיר, ווייל ער האט געהאט נאך 2500 וואטס,
עפעס אזא מעשה ווילסטו פארקויפן, אז ווייל לינקאלן האט געהאט 5000 וואסט און נאר 1700 איז ארונים מיינט דאס אז ער האט נישט געווינען וועגען די ארונים יא? אזוי פארקויפסטו?

גיי ביטע שנעל צו א דאקטער ווייל פאליטיק קענסטו נישט, און די רעדסט פון זאכן וואס די ווייסט נישט, ביי פאליטיק איז נישטא א גרעסער געווינס פון דעם אז א קאנדידאט וואס האט געווינען מיט בלויז 25 וואטס און האט באקומען פון דעם 1700 פון א געוויסע גרופע דאס מיינט אז די גערופע האט אים אריינגעוואט

די זעלבע ביי שניידערמאן ער האט געווינען מיט בלויז 110000 וואטס ווען די ארונים דהיינו 1000 פון ב"פ 1700 פון וומ"ס מיט קרית יואל מאנסי ווייס איך נישט פונקלעך אבער בערך 1500 איז 4200 וואטס דאס איז חוץ די אנדערע קהילות וואס האבן געוואט פאר שניידערמאן נאר וועגען גדלי' סעגעדין ווען דיי וואטס גייען צו רייס וואלט זי געווינען, דאס הייסט אז ער האט דערליווערט די געווינס.

צו די יכול ברענג ביטע די 6 ווילאמסבורגער שטים פלעצער נישט די רעזאלטאטען בכלליות נאר וויפיל יעדער האט באקומען פון ווילאמסבורג
א דאנק

יכול » 20/9/2010 18:47

סעפטיק און הולך,

אזא דאקומענט, וואס זאגט פונקטליך די שטימען פון יעדע פאולינג סייט, עקזיסטירט נאכנישט, אבער דא האסטו א דירעקט קוואוט פון רעסטלער'ס ווארטזאגער וואס די קענסט זעהן ווי די חסידישע וואוט איז געגאנגען.

 Restler's campaign manager Sarah Baker said she was ''cautiously optimistic'' that Restler's lead would hold, noting that the majority of absentee ballots were from election districts outside South Williamsburg, the heart of Cohn's popular support.
''We feel confident that the absentee ballots will give us an even stronger lead, as we won about 80 percent of votes cast outside of Hasidic Williamsburg,'' said Baker.

http://www.brooklynpaper.com/stories/33/39/wb_restlersunday_2010_09_24_bk.html

סעפטיק_זל » 20/9/2010 22:41

אנטשולדיגט יכול איך האב דיר נישט גענטפערט ביז יעצט איך בין פשוט געווען פארנומען

דעס וואס די שרייבסט אז עס עס איז נישט דא קיין דאקומענט וואס שרייבט פונקטילך וויפיל עס איז אריינגעקומען ביי יעדע בודקע ביסטו גערעכט אבער ווען מען בעט זיי פון איינע פון די קאמפיינס געבן זיי עס זייער גערן

איז יעצט מיין שאלה יעדע מאל ווערט אין דער איד געשאסען ריזיגע ציפערן מיט וויפיל מער שטימען מער מען האט געוואנען מען מאכט אויך גרויסע פיצאס אויף די פראנט דעקלעך אין עס הייבט זיך בכלל נישט אן

אויב יא זייטס מוחל ברענגטס אפיר א דאקומענט

נאכאמאל איך לייקען נישט אז עטץ מיט די כח פון די ספאנישע האטס נאך "דערווייל" אביסל מער אבער מיר זענען נישט קיין מצה טאשן !!!!!!!!!!!

הולך_לבגץ » 20/9/2010 22:44


סאיז יא דא ביי די בארד אוו עלעקשען וועט מארגען דינסטאג זיין פונקליכע רעזאלטאטען יעדע פלאץ וויפיל שטימעס איז געווען פאר יעדע קאנדידאט

apnews » 20/9/2010 22:55

 
Williamsburg Chasidic voting AD 50 - ED's are as follows

27,28,29,33,34,35,36,36,37,38,39,64,32,40,41,42,55,56,62,43,44,31,45,46,47,48,49,50,51,52,57,59,104,102,103,23,25,26,54,58
 
Results 
Cohen = 2532
Restler = 1015
 
http://www.scribd.com/full/37796277?access_key=key-19kion8yskd7kwkrngev

יכול » 20/9/2010 23:11

יישר כח apnews , דא האט איר די דאקומענט.  (עס איז נישט קלאר, אבער איר קענט גיין צו די לינק פון apnews און דאונלאוידען אין PDF.)

און דא קענט איר זען ווי די פאולינג סייטס זענען.
http://www.vote.nyc.ny.us/pdf/documents/boe/pollsitelist/PollSiteListBK.pdf


[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] 

סעפטיק_זל » 20/9/2010 23:55

א גרויסן ישר כח יכול
איך האב נאך נישט גענדיגט מיין קאלעקציע וויפיל שטומען דווקא נאר פון די אידישע פלעצער (און אויך ווילסאן מיט די ספאנישע)
אבער לאמיר דיר איבער חזרן וואס איך האב שוין כמה פעמים איבער געקייט
אונז האבן מיר ווי די ווייסט אליינס נישט געמאכט די מאל קיין קאמפיין אין נישט נאר דעס פון אונזער צד האט דאך ארי' לייב אים אויך אינדארסט וואס דאס האט אים אויך געברענגט אסאך שטימען אין אז די וועסט אריינקוקען אין דער בלאט פון צוויי וואכן צוריק וועסטו נישט זיין קיין חילוק אז פאר וועמען מען קאמפיינט צו פאר רעסטלער אדער פאר קאהן

יעצט מסתמא ווילסטו פארשטיין די סיבה דערצו וועל איך דיר עס מסביר זיין 

די זאליס האבן געארבעט זייער שטארק קעסל אין כלים פאר א גניבה'שע אקט אין איינער פון זייער גרויסע אנדרייערס איז געווען ווארן קאהן יעצט עס איז געקומען ממש פאר די וואלן און ווארן האט געזען אז די ארונים וועלן זיך מיט אים אפרעכענען און מיט זייער בלאק וואויטס וועלן זיי אים טראסקענן איז ער געלאפן צו ר' נפתלי משה אינדיג און צו ר' ארי' לייב גלאנץ אין זיך געבעטן פאר זייער אינדארסינג
פארשטייט זיך אבער אז מען האט אים געזאגט זיי מוחל די שטייסט אין די ארבעסט א קעגן אונז פאר וואס זאלן מיר דיר ערוויילען  האט ער צוגעזאגט מער נישט צו שטערן אין ארבעטן א קעגן אונז
אין טאקע דערפאר האט אים ארי' לייב אינדארסט לעומת זה האט ר' גרשון שלעזינגער געטענהט אז מען דארף שטיצען א אייגענעם פריינט סאו יעצט פארשטייסטו שוין די צוויי צדידים עס איז נישט געווען קיין למכה מצרים..... עס איז פשוט געווען די אויבערדערמאנטע אין למעשה האבן זיך ביידע צדידים פארשטאנען א גאנצע צייט
ווייל  נאר א טובה האט אונז געקענט ארויסקומען ווייל געב א קוק אויב רעסטלער מאכט עס צום סוף איז עס וועגן אונזערע שטימעס
אין אויב קאהן מאכט עס איז עס אויך וועגן די פאר שטימעס וואס ארי' לייב האט אים געברענגט ווייל עס איז קלאר אז ווען ארי לייב האט געשריגן אויפ'ן מייק שטימט פאר ווארן קאהן איז א גרויסער חלק ארויס שטימען פאר אים במילא ווארן ווייסט דאס אויך אין ער וועט דאס אייביג וויסן

יעצט איך מיין אז מען האט שוין גענוג גערעדט פון די טעמא


תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 21/09/2010 00:09:08



תוקן על ידי סעפטיק_זל ב- 21/09/2010 00:12:26