היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווער וויל רעדן אויף גוגל טאלק?

ווער וויל רעדן אויף גוגל טאלק?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2826313

אומזיסט » 12/9/2010 22:37

אויף איי - וועלט איז שוין לאנג דא א ניין זייטיגער אשכול מיט נעמען פון מענטשן וואס ווילן טאלקירירן. דא אויף ה"פ, איז עס נאך נישטא. אויבן אויף איז די סיבה ווייל דא שרייבן זיך מענטשן וואס ווילן זיך נישט קענען, זיי ווילן דוקא שרייען פוי אויפן אנדערן. זיי ווילן דייקא נישט קאמיוניקירן רואיג.

גוט. ווער עס וויל אזוי טאן, הרשות בידו.

אבער היות לעצטנס איז יא געווען מער א ווינט פון רעדן רואיג און נארמאל, מיטן ערשיינונג פון עטליכע נייע ניק'ס, בעיקר אהרונישע, וואס ווילן פירן א נארמאלן געשפרעך, און פון די אנדערע זייט איז זיכער דא גענוג זאלי'ס וואס זענען גרייט צו גיין דעם גאנג, איז יעצט די פאסיגסטע צייט אין די ימי הרחמים והרצון, להרבות ריעות, ולמעט במחלוקת מען זאל יא לעבן ווי גוטע ברודער, און מען קען רעדן רואיג פון אלע נושאים, נישט דוקא פאליטיק, אז מען וויל, שמועסט מען אויס מיינונגס פארשידענהייטן רואיג העכער א טעלער קוקיס - נישט אום צום גדלי' גערעדט - מיט א גלעזל אראנדזש דזשוס אין די זייט.

פארשטייט זיך אז מען רעדט נאר אין די צייט וואס מען איז ממילא אנליין, נישט חלילה מ'זאל צוליב דעם מבטל תורה זיין.

ווער עס וויל זיך אנשליסן אין דעם, זאל דא שרייבן זיין אדרעסע וואו מ'קען אים איינלאדענען.

אומזיסט » 20/9/2010 07:46

נו, קיינער האלט זיך נישט ביים וויסענדיג מאכן?

פריינדליך » 20/9/2010 15:36

אומזיסט » 11/10/2010 01:21

קעציל » 11/10/2010 06:18

ספרינטער » 17/5/2011 05:29

קיינער פון ענק זענען נישט אריינגעסיינט זעה איך.

_________________

אומזיסט » 17/5/2011 06:56

איך בין. און קעציל אויך...

_________________

מלך_מלכים » 17/5/2011 20:20