היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » צום נייעם יאר תשע"א – א פרישער אנהייב

צום נייעם יאר תשע"א – א פרישער אנהייב

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2825656

עכטער_חסיד » 8/9/2010 01:06

יעצט ווען מיר שטייען אויפן שוועל פונעם נייעם יאר תשע"א, לאמיר זיך פאָרנעמען פאר א פרישן אנהייב.

אנשטאט צו אטאקירן פערזענליך איינער דעם אנדערן, לאמיר האלטן די דעבאטעס אויף א הויכן ניווא.

עס איז נאכנישט ימות המשיח אז אונזערע מיינונגען זאלן זיין אייניג. אבער פארוואס אראפרייסן יענעם, לאמיר ענדערש פירן זויבערע דעבאטעס וואס זאלן זיין אויף א העכערן סטאנדארט. שוין אפגערעדט פון נישט שרייבן קיין לשון הרע אדער איינפאכע שקרים!

אדרבה, ווער עס וויל זיך דאס אונטערנעמען זאל זיך דא אריינשרייבן, וגדול כח הרבים!

יעדער וואס איז זיך מקבל האט א חלק אין מרבה זיין אהבה ואחוה שלום וריעות, אנשטאט מחלוקת און שנאת חינם צווישן אידן און בפרט צווישן אייגענע ידידים ומשפחה.

נאך אזא שווערן יאר וואס אחב"י איבעראל זענען דורך, לאמיר זוכן זכותים און נישט ח"ו נישט פארקערט.

און איך וויל טאקע דא מפייס זיין יעדער איינער וואס האט זיך געפילט געטראפן פון מיינע תגובות במישרין אדער בעקיפין.

און א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל! 

פישער_גאבע » 8/9/2010 01:14

א ישר כח פארן זיין דער מתחיל, און איך גלייב אז די קבלה איז לטובת יעדן איינעם צוגלייך, דעריבער דארף נישט זיין שווער זיך דאס אונטערצונעמען.
 
בברכות כוח"ט און א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל אכי"ר.

פריינדליך » 8/9/2010 01:25

ג"א מצטרף בל"נ לכבוד דעם נייעם יאר

rebyankel » 8/9/2010 01:30

ג''א מצטרף לכל הנ''ל

ידיכם מאז ומקדם

אייזענבאך » 8/9/2010 02:16

איך וואלט אויך געשריבען ג"א מצטרף און איך האב פיינט צי זיין דער וואס זאל פארדרייען דעם שיינעם אשכול, איך האב אבער איין פראגע: דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס די ח' ארונישע ניקס וואס דרייען זיך ביינונז אין פורום זאלן בעטן ביי אונז זיך צי אינטערצינעמען קבלת טובות, פארוואס זאלט איר נישט גיין ענקערע אידן און מעורר זיין אויף די זעלבע ענינים. האלט איר טאקע אז דארט איז א עולם השלם???

עכטער_חסיד » 8/9/2010 02:21

למען השם!

זייט נישט דער וואס איזגורם צו ברענגען א קרירות איבער דעם ענין.

ביים שטן עקזיסטירט נישט קיין "אונז" און קיין "זיי". ער זוכט סחורה אויף "אונז" און אויף "זיי".

נישט נוצן דעם אשכול נאר אויב איר ווילט אננעמען די קבלה!

אויב נישט, שרייבט עס אין סיי וועלכן אנדערן אשכול.

קליפ » 8/9/2010 02:31

ג"א מצטרף

מאנדרויער » 8/9/2010 02:32

גם אני מצטרף בל"נ.

באלאנד » 8/9/2010 02:49

גם אני מצטרף לדבר חשוב שכזה. והיה"ר שיתחדש עלינו שנה טובה וברכה.

קעציל » 8/9/2010 07:22

היראים איז זיך אויך מצטרף?
rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ג''א מצטרף לכל הנ''ל

ידיכם מאז ומקדם

עכטער_חסיד » 8/9/2010 15:51

ר' קעציל

פארוואס מוזטו זיין ח"ו דער עמלק וועלכער זאל גורם זיין דער אשר קרך?

און איך בעט די מנהלים אפצומעקן אין דעם אשכול יעדע תגובה וואס זוכט נישט זיך אנצושליסן אין די קבלה!

יעדער וואס איז מקבל אויף זיך איז גורם אז אויך אנדערע זאלן זיך אנשליסן, און דערמיט האט ערהאבן דעם גרויסן זכות פון יעדן וואס שרייבט זיך איין. 

SatmarNews » 8/9/2010 17:36

ג"א מצטרף בלי נדר

בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה תכתיבו ותחתימו
לאלתר לחיים
בבריאת השלימות בנחת ובשמחה
ובטוב לבב ובהרחבת הדעת


_________________






תוקן על ידי SatmarNews ב- 08/09/2010 18:08:55

HTML clipboardSatmarNews


וואס_נאך » 8/9/2010 20:14

ג"א מצטרף

הנגיד_רבי » 12/9/2010 23:06

ג''א מצטרף ואשר חיילך הרב סאטמאר-חסיד 
בברכת גמר חתימה טובה

אומזיסט » 12/9/2010 23:11

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט ווען מיר שטייען אויפן שוועל פונעם נייעם יאר תשע"א, לאמיר זיך פאָרנעמען פאר א פרישן אנהייב.

אנשטאט צו אטאקירן פערזענליך איינער דעם אנדערן, לאמיר האלטן די דעבאטעס אויף א הויכן ניווא.

עס איז נאכנישט ימות המשיח אז אונזערע מיינונגען זאלן זיין אייניג. אבער פארוואס אראפרייסן יענעם, לאמיר ענדערש פירן זויבערע דעבאטעס וואס זאלן זיין אויף א העכערן סטאנדארט. שוין אפגערעדט פון נישט שרייבן קיין לשון הרע אדער איינפאכע שקרים!

אדרבה, ווער עס וויל זיך דאס אונטערנעמען זאל זיך דא אריינשרייבן, וגדול כח הרבים!

יעדער וואס איז זיך מקבל האט א חלק אין מרבה זיין אהבה ואחוה שלום וריעות, אנשטאט מחלוקת און שנאת חינם צווישן אידן און בפרט צווישן אייגענע ידידים ומשפחה.

נאך אזא שווערן יאר וואס אחב"י איבעראל זענען דורך, לאמיר זוכן זכותים און נישט ח"ו נישט פארקערט.

און איך וויל טאקע דא מפייס זיין יעדער איינער וואס האט זיך געפילט געטראפן פון מיינע תגובות במישרין אדער בעקיפין.

און א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל! 


גם אני מצטרף לכל הנ"ל