היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » למכה מצרים בבכוריהם #2: געשלעג אין הופפער שול איבער טעוועלע

למכה מצרים בבכוריהם #2: געשלעג אין הופפער שול איבער טעוועלע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2825329

טאטעלע » 6/9/2010 19:33

נאך די לעצטע אינערליכע געפעכטען וואס קומען פאר ביי די אהרונים אין קרית יואל, האבן די וויליאמסבורגער אהרונים געשריגן "למה ניגרע", פארוואס זאל מען נאר אין קרית יואל זיך שלאגן צווישן זיך, וויליאמסבורג איז גארנישט אונטערשטעליג.
 
און טאקע היינט האט אויסגעבראכן א מלחמה אין די הופפער שול, ווען די ראשי הקהלה האבן ארויסגעגעבן א ארדער צו פארהאקן מיט פלייוואד'ס דעם טעוועלע וואס איז ארויסגעהאנגן געווארן אינעם נייעם היכל התורה אלס אנערקענונג פאר די אינגע עסקנים, מיטן אויסרייד אז די קהלה קען נישט געפירט ווערן דורך ראצערס.
 
עס איז נישט דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס די אהרונים פארפירן וועגן א טעוועלע, עס דענקט נאך יעדער איינער די טעוועלע דרשה פון רא"ט וועלכע ליגט ביי אלעמען אין די ביינער, און עס איז צום האפן אז דאס מאל וועט שוין ר' מענדעל האלטן אזא סארט דרשה...
 
לויט ווי מ'הערט גייט זיך דא אויפדעקן פארהוילענע פרשיות פון אינערליכע רייבערייען, די אינגעלייט האבן געשוואוירן נקמה אין די עלטערע, און די עלטערע זענען אויך נישט גרייט צו רוען.
 
פרטים יבואו.

טאטעלע » 6/9/2010 19:47

הערמאטיש פארהאקט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פישער_גאבע » 15/9/2010 15:54

למכה מצרים בבכוריהם - כי לעולם חסדו!

חסיד_152 » 22/9/2010 06:24

בוי ארבעט ביים געשלעג טאוועל אין האפפער יעצט ביינאכט
 
http://twitpic.com/2qrv0p

פריינדליך » 22/9/2010 06:42

אינטערעסאנט! וואס איז געבליבן מיט די "מעכטיגע אויסגעפלאצטע" מחלוקה פון ד"ע און מ"ה????