"פרישע היפאקראטיע, מוסרים ומסרבים שיקן הזמנה פין בית יוסף
יעדער געדענקט ווען קהל האט זיי געשיקט די ערשטע הזמנה האבען זיי געדונגען א טוען ער זאל גיט אריינקוען אין דעם דיון צו זעהן וואס פאר א טשאנסען זיי האבען
{זיי זענען שפעטער הערשט אויפגעקומען מיט אלע משכיל'שע תהליכי הקהילה געמויזעכטס}
פארשטייט זיך אז זיין ענטפר איז געווען ''לאסט קעיס'' נישטו קיין שום וועג פארוואס זיי זאלען קענען האבען די גניבה ע''פ תורה
נו וואס איז געווען די ערשטע שריט,
מען האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג אין ברכה סימא ווי דער טוען האט זיך אויפגעשטעלט אן קיין בושה אין אראפגעריסן די בית דין ווי קלים וריקם אין זייער הזמנות האט נישט קיין תוקף וכו'
צווישען אנדערע האט ער געשריגן אז אפי' קיין טרינק וואסער טאר מען ביי זיי נישט טרונקען, וכו' (מען טאר נישט נאכברענגן גאנצע טעקסט)
אלעס צו פראבירן צו טעראזירן די בי''ד זאל זיך ארויסלאזען פין די קעיס
די איבריגע דארף איך קיינעם נישט פארציילן אין אפי' היינט ווען די שופט צו וועם זיי האבען זיך געוואנדען שיקט זיי צו די''ת זענען זיי נאך אלס מסרב ליידער אין מחלל ש''ש ר''ל
יעצט 10 יאר שפעטער ווען זיי שלאגען זיך מיט א שכן פין זייער לאט אין ב''פ ניצן זיי גאר דעם זעלבן ''בי''דץ בית יוסף'' צו שיקען התראות פאר זייער בעל דין מיט וועם זיי שלאגען זיך
דאס איז שוין נאכדעם וואס גאביוו'ס בית דין איז געווארען זייער תהליכה הקהילה דיינים אין ב''פ
א שאד אז יענער ניצט נישט זייער טוען ער זאל זיי זאגען וואס דער בית דין איז לפי שיטתם
ביי אזעלכע שקרנים איז היפאקריסי נישט קיין חידוש!"
דער עם הארץ ווייסט נישט אז ביי דין תורה פון קהל יטב לב וומ"ס מיט 9 יאר צוריק האט מען געדארפט דן זיין איבער דעם כח ההנהגה פון סאטמארער רבי'ן בעל ברך משה, צו ער האט א שטערקערן כח ווי די קהל'ס לייט (און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין געריכט איז דאס געווען די אישו), דעריבער האט מען מיט נארמאלקייט גענטפערט אז אזא זאך באלאנגט נאר צו א בי"ד וואס פארשטייט תהלוכות הקהלה.
אבער ווען מ'רופט איינעם צו א דין תורה פאר'ן מסר'ן, איבער א פריוואטן געלט סכסוך, א איד וואס טראגט אריין טאג איין טאג אויס פרישע מסירות, איז גוט סיי וואספארא בי"ד כשר.
אויסער דעם ביי קהל יטב לב וומ"ס די"ת האט זיך גערעדט פון צווי צדדים סאטמארער קהל'ס לייט וועלכע זענען געווען כפוף עפ"י תורה צו די דייני הקהלה, אבער דא אין ב"פ ביי דעם בוי-לאט סכסוך איז דער צד השני דער מסור נישט קיין סאטמארער כלל וכלל, אדער ער איז נישט כפוף אטאמאטיש צו די דיינים פונעם צד המזמין לדי"ת.
תוקן על ידי המהדרין ב- 05/09/2010 20:19:16