היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אן אמת'ער ווייטאג

אן אמת'ער ווייטאג

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2824588

רינדעכיגער » 3/9/2010 21:40

ליידער האט אויסגעבראכן א סוכסוך צווישען די ק"י ראשי הקהילה, ווי ר' דוד עקשטיין האט נעכטן ארומגעשיקט א בריוו צו די ראשי הקהלה, מיט הארבע טענות אויף מאיר הירש בנוגע זיין גאנצע ווערטשאפט די לעצטע יארן

לעולם וואלט מען געדארפט דאס באגראבן ווייל אונזערע שונאים קוקען ארויס שוין א לאנגע צייט אז עס זאל אויסברעכן א קריגעריי ביי אונזער לאגער, אבער עס איז יעצט א בחינה ווי פאר 11 יאר צירוק וואס אונז קען מיר זיך נישט מער ערלויבן צו שווייגען , פארפאלען מיר זענען גרייט צי פעסען די מוזיק, אבער די עוולת וואס ווערט געטוען דורך מאיר הירש ענד קא, סיי פארן ציבור און סיי די זולזול בנוגע רבינו שליט"א, מוז זיך אפשטעלן איין מאל פאר אלעמאל,

ווען איך וואלט געווען דוד עקשטיין וואלט איך איינגעשפאנט ר' עמרם כהן נאכאמאל, אז ער זאל מסביר זיין וואס דא גייט פאר און וואס פאר א סכנה דער מאיר הירש איז, אין א געוויסען זון איז דא אן ענגערע מצב ווי פאר 11 יאר צירוק, ווייל דעמאלטס האבן דיינע קעגנערס געזאגט אפען וואס זיי ווילן, אבער דא שטעלט זיך דער מאיר הירש אהער ווי ער איז דיין פארטרעטער, און קלאמפיש איז ער דא צו דינען די אונטערעסע פון רבינו שליט"א, וואס דאס איז נאך ערגער פון אלעם,

איך וועל קיינעם נישט דא איינרעדן וואס פאר א באליבטע מענטש דער דוד עקשטיין איז, און איז געווען, סוף כל סוף האט ער געטוען אלע יארן די שמוציגע ארבייט פאר די קהילה, און אלעס האט ער געטוען פארן ציבור און בפרט פארן כבוד און אונטערעסע פון רבינו שליט"א, וואס דאס איז א פאקט וואס קיינער קען נישט לייקענען,

אבער דא שטעלט זיך ארויס זיין אמת'ער געטריישאפט פארן רבין שליט"א, ער האט פארקוקט אסאך כדי צו קענען יעצט נעמען די זאך און די הענט אריין, אפגעזען וואס פאר א ביזיונות עס קען אים ברענגען, אבער ער קוקט איין זאך וואס איז דער טובה פון אונזער ציבור, און די טובה פון רבין שליט"א,

לאמיר זיך איין מאל פאר אלעמאל זיך אויסשמועסן דעם הלוך ילך פון מאיר הירש ענד קא.

עס איז נישט קיין סוד מיט וואס פאר גיאות דער איד פירט זיך אויף קלאפע דעם ציבור, די גאנצע ווילעדש מיט ועד הקריה איז אהער געשטעלט נאר פאר די ריינע (רייכע) ראסע, דער ארימער ציבור זאל דערטרענקען ווערן פון מאיר הירש ענד קא. זייט , און בכלל האט רחניות קיין פלאטץ ביי אים אין מח, פון זיין זייט וואלט ער געוואלט אז יעדער זאל גיין מיט קורצע רעקלעך, און געביגעלטע הויזן, אין די אלע פרימאקעס זאל מען דיפארטירן אויף אוישוויץ, אין שטעטל זאל נאר זיין קעדילעקס מיט עס יא וויס, און פאר דעם רודפט ער שוין יארן די התאחדות אברכים, מיט די פרומע אינגעלייט,

 עס איז א פאקט וואס ליגט שוין ביי אונז אנגעגעסן יארן לאנג אין יעדער האט מורא דאס ארויסצויזאגן, ווייל די שונאים וועלן לאכן, א כפרה מיט די שונאים יעצט, יעצט איין מאל פאר אלעמאל זאל מאיר הירש ענטפערן די הארבע שאלות וואס דוד עקשטיין האט אים געפרעגט, און אויפהערן אונז משיגע מאכן אז די רבי האט געהייסען, ווייל עס איז שקר , ער טוט וואס ער וויל אן קיין שום חשבון פאר קיינעם קיינעם ,

אין די גאנצע וועלט איז נישט דא אזאנס אז איין מענטש פירט און טוט מיט מיליאנען דאלארען אן דארפן געבן פאר איינעם חשבון, כאילו עס איז זיין אייגנטום, פארוואס דארף דאס אזוי זיין? איז דעם נארמאל ?

אין ווען דער רבי בעט אים עפעס ענפערט ער מיט זולזול אז ער וועט זען צי ער קען עס טוען?

ווער ביסטו אז דו דארפסט זען? דא איז דא א בעל הבית דער רבי,

מיט וואס פאר א רעכט האט ער זיך ארויפגעזעצט אויף אלע נכסים פונעם שטעטל אן דעם וואס מען זאל קענען אריינרעדן א ווארט?

רבותי אונז מיז מיר יעצט איינמאל שטיצען אונזער ר"ה דוד עקשטיין אז ער זאל מאכן סדר דא איין מאל פאר אלעמאל,

אז מאיר הירש קען נישט ארבייטן מיט נאך מענטשן זאל ער אפטרעטן, עס איז נישט דא אזא זאך ווי איין מענטש אליין זאל זיין בעל הבית אויפן ציבור'ס געלט אין נכסים,

און ווען עמעצער רעדט צי דעם הויעך געשפריצטן מאיר הירש, זאל ער נישט יענעם באזידלען מיט א עמערס ליצנות,

ווייל ווער ביסטו? דו האלטסט דעם ציבורס געלט גארנישט מער, עס האט גאנישט צוטוען מיט אים זעלבסט, און אז דער רבי וויל וויסן א חשבון זאלסטו זיי מוחל זיין ענטפערן מיט דרך ארץ, אזוי ווי און א יעדע מוסד,

גענוג אויסגענוצט אונזער שוואכקייט, אייביג פאר די וואלן האט מען געלאזט פאלן אפאר ווערטער אז מען דארף ראטעווען דעם רבין כלאמפיש, אין פארן רבין זעלבסט האט ער ארויסגעגעבן ארדערס וואס דער רבי זאל טוען , ווייל דער רבי איז דאך זיין ארבייטער,

אזוי ווי ער האט לוזער גרובער מיט גדלי' סעגעדין שפירט ער אז אזוי איז אונזער רבי,

מאיר! דער רבי איז נישט דיין בהמה אין נישט דיין ארבייטער, נאר אדרבה דו ביסט זיין ארבייטער, אין דער רבי איז דיין בעל הבית,

אין אז דו קענסט דעס נישט אריינעמען אין קאפ, דעמאלטס וועט מען דיר דאס מסביר זיין אויף די שווערע וועג,

המשך יבא

FiveBoro » 3/9/2010 21:56

רינדעכיגער, דיינע אגענדעס זענען וועלקאם.

(מאך עס אבער נישט מיט אזא ערנסט פנים...)

ברוינפן » 3/9/2010 22:06

נו, דוד האט דא אן אגענט. ער שפילט אוואו גלייך ער איז אם אוטסיידער, נישט אז איך בין מיט מאיר. זיי זענען זיך ביידע ווערט דאס געלט (אבי נישט צווישן...), דוד האט קיינמאל גארנישט געטוהן פאר קהילה/רבי'ס וועגן, ער האט געוואלט אלעס אונטער זיין פירערשאפט, ווען ער וויל עפעס (צו אויסהאלטן יענקל קעלנער, לייגן אולם עקשטיין אויף  זיין נאמען אן באצאלען... אד"ג) דאן זאגט ער אז די קהילה קען נישט אנדערש אנגיין, ביי קהל האט ער מצליח געווען. דאגעגן, ביי די מוסדות האט עס מאיר, ער טוט ביי די מוסדות וואס דוד טוט ביי די קהילה, און דוד וויל אלעס. נישקשה, אסאך מענטשן ווילן אסאך זאכען און זיי מוזען באגנוגען מיט וואס זיי האבען, נישט מיט וואס זיי ווילען

רינדעכיגער » 3/9/2010 22:34

 

איך בין בכלל נישט משיגע פאר דעם דוד עקשטיין, איך האב אפילו נישט פארגעסן וואס ער האט אפגעטאן ביי די פאריגע קהילשע וואלן אין ק"י,אבער דעם פאל איז שטארק גערעכט, און צווייטענס אוואדאי האט דוד עקשטיין אייגענע אגענדעס, וועלעכע מענטש וואס ארבייט פארן ציבור האט נישט?

סוף כל סוף זענען זענען מענטשן וואס דורך די נגיאות דא אין דארט, געט דאס מאד צי ארבייטען, עס איז טאקע נישט אייביג אויסגעהאלטן, וואס קען מען טוען אונז זעמער נישט מלכים וואס קענען ארבייטן נאר לשם שמים,

אבער אזא מין קאמפעני ווי מאיר הירש ענד קא. איז נישט דא אין גאנצע וועלט, וואס איין מענטש איז בעל הבית אויף א גאנצען שטאט אינאיינעם מיטן רבין,

היראים » 3/9/2010 22:55

איך שטוין אויף וואס מען טענה'ט זיך דא
א זאלי פין היידפארק אויף געטייפט א בריוו אויף זייער פארום
אין שיקט זיינע ניקס צו באשטעטיגן זיינע בעקערייען.

יעדער קען זיך איבערצייגען אז יעדע אשכול וואס איז געפענט פין יענעם שרייבער סיי מיט דער ניק סיי מיט זיינע אלטע ניקס (יעדער ווייסט פארוואס ער האט געדארפט עפענען א נייע ניק) איז שקר ווי פארמעגליך
אים קרענקט די שלום צווישען ר' יענקי סופר אין ר' יודי ג''ב אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט אויף אינערליכע קרוגעריי אין ב''ה עס האט זיך געסעטלט טאקע מיט די צוזאםארבעט פין ר' דוד עקשטיין אין ר' מאיר הירש אין ער ווייל אנדרייען יעצט א פרישע מערכה

שפילט נישט אריין אין זיינע הענט.
ווען ער האט ווען א בריוו וואלט ער עס ארויפגעלייגט א קאפי (יעצט קען ער שוין אליין'ס טייפן ס'שוין צו שפעט)

אז איינער זיכט דוקא זיך צו שלאגען זאל ער אנגיין ווייל די בריוו קוקט נישט אויס ווי דוד עקשטיין האט געשיקט

אז איינער וויל קען ער אויפטייפן די זעלבע בריוו פין אברהם בער יאקאבאוויטש צו חיים יצחק מאנדעל (חוץ די מארגעזש ווייל 82 קען היינט נישט באקומען קיין מארגעזש ביז ער קלארט אויס ווער ס'איז בעה''ב ביי די''ת)




תוקן על ידי היראים ב- 03/09/2010 23:29:17

טראק » 3/9/2010 23:13

אין קורצן.

צו די בריוו איז אמת צו נישט איז נישט קיין נפקא מיניה, אבער מער ווינגער וואס שטייט אינעם בריוו איז אמת.

די פראבלעם איז אין איין ווארט.

מאיר הירש ארבעט פאר "מאיר הירש".

דוד עקשטיין ארבעט פאר "סאטמאר".

דאס איז דער חילוק צווישען די צוויי, לאמיר נישט פארגעסען אז פאר 10 יאר צוריק ווען די מחלוקה האט אויסגעבראכען איז מאיר הירש בכלל נישט געווען דא, נאר ער האט זיך ארום געקישט מיט משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים ער איז געווען פון זייער קליקע, ער איז קיינמאל נישט געקומען צו די אהרונישע וויליאמסבורג מסיבות, ווי אלף שמות, וכו' נאר אדרבה ער האט געשטערט די אהרוים אין ווילי.

נאך יארן ווען ער האט געזעהן אז די באן אין קרית יואל איז געבליבען ביי די אהרונים האט ער זיך צוביסלעך אויסגעדרייט דעם הוט, ד.מ. עס האט געפעלט א האר אז אלע בניני המוסדות זאל אנקומען צו זאלי, דורך מאיר הירש.

ארגינעלער » 3/9/2010 23:41

טראק, די ביסט נישט מיט אלעמען

קיק דיך אליינס אהן. ווי זעמיר אנגעקימען ווען די וויליאמסבורגע האבן געפירט די קארט קעיס? אונז זעמיר געגאנגען טיפער אין טיפער אין זומפ.

זייט מאיר הירש ענד קא. האט איבערגענומען די לעגאלע פראנט איז דא געווינסן.

ווער געדענקט נאך ווי די זאליס האבן געזאגט אז די אהרונים ווילן באגיין סועסייד אבער זיי קענען נישט ווייל זיי האבן נישט קיין בית החיים. וויאזוי האט זיך אלעס פליצלינג געטוישט? גארנישט, מאיר הירש ענד קא. האבן איבערגענומען די זאך.

איך האב הנאה אז מאיר כאפט יעצט מכות ווייל ווען מ'האט געטין די שגץ שטיק אין ארויסגעריקט ליסטע ד' האט מאיר געהאלפן דוד. יעצט כאפט ער צוריק פין זיין אייגן פריינט.

מאיר, דער קלוגער ראש הקהל ר' סענדר האט געזאגט, אז מען לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף ציגראזשעט.

דאס באקימסטו צירוק פון דוד פארן עם סערווןן געטריי

ארגינעלער » 3/9/2010 23:43

לדעתי דארף מען נעמען די אלע מאנראער אין זיי ארויסשליידערן אין אריינברענגען נערמאלע מענטשן

דאס אז זיי וואשן אויס זייערע שמיץ אין פאבליק איז נישט קיין נייע זאך. מאיר ווערטהיימער, מאיר הירש, יאנקי סופר, דוד עקשטיין. אלע טוען זיי עס. זיי זענען קליינע קינדער וואס קענען זיך נישט ביהעווען. קינדרעלעך ריטס איין

רינדעכיגער » 4/9/2010 01:57

 

עס איז יעצט פארן זמן, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן צוליב וואס מאיר הירש ענד קא. פארשטייט נישט אין כאפט נישט, אז די געים איז אווער, עס איז אפענע קארטן צייטן, אין אנשטאט ער זאל ענטפערן פאר די אנדערע חברי הנהלה ובראשם רבינו שליט"א, אזוי ווי א יעדע נארמאלע הנהלת המוסדות טוען, עכ"פ צוויי מאל א יאר, אזאך וואס עס איז קיינמאל נישט געקומען אין באטראכט ביי די מאיר הירש ענד קא. אשטאטס דעם נוצט דער לץ ווייטער דעם טריק פון ארויסגעבן ארדערס פארן רבין שליט"א,

אין נישט מער אין נישט ווייניגער איז געווען יעצט דער ארדער פארן רבין צי קאלן דוד עקשטיין אז ער זאל איבער בעטן דעם הויעכן באשפריצטן בעל גאה מאיר הירש, פארן פרעגן פראגעס וואס מען פרעגט אויף א יעדע נורמאלע הנהלה,

שטעלט זיך די פראגע ווען גייט שוין דער מאיר הירש ענד קא. פארשטיין אז אונז זעמער נישט זיינע קוען? און אוואדאי נישט דעם רביןס בעל הבית, נאר עס איז פינקט פארקערט , ער ברויך פאלגן אלעס וואס דע רבי פארלאנגט, אפילו עס שמעקט נישט אזוי גוט פאר די ריינע הירש ראסע?

רינדעכיגער » 5/9/2010 05:31

רבותי פארוואס האט יא טי עי נישט קיין געלט צי באצאלן פעי ראלל?
פארוואס קראכן יא טי עי טשעקס אין די מאסן?

עס איז ממש אומפארשטענדליך וואס דא גייט פאר, מען רעדט דא פון א מוסד וואס האט הכנסות וואס קיין איין מוסד אין די וועלט האט נישט,

עזרת חולים העלט סענטער צאלט א געשוואלענע רענט פאר די ישיבה,

די שאפינג סענטער צאלט פעטע רענט פאר די ישיבה, אדרבה גייט אריין אין עני סטאר אין שאפינג סענטער אין ווערט געוואר וויפיל רענט מען צאלט דארט,

די סקול דיסטריקט בילדינג צאלט רענט פאר די ישיבה אין גרויס רענט,

מען האט אנגעהויבן צי פארלאנגען טראנספארטעישן געלט פאר די באסעס, וואס די ישיבה באקומט אומזיסט פון די סקול דיסטריקט, (א מין גניבה)

די חתונה זאלן ברענגט אריין א שיינעם סכום פאר די ישיבה,

אין איך וועל נישט רעדן פון די הכנסות וואס קומט אריין פון די גאווערמענט דורך אלע מיני וועגן וד"ל

איז וואס דאס נישט באצאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע? וואס גייט דא פאר? זענען מיר טאקע אזאנע קוען אז מען אונז איינרעדן וואס מען וויל?

פארוואס קען מען אין וומ"ס יא באצאלן אן דעי אלע הכנסות, אין מיט חובות איבערן קאפ?

קומט מען דעם פרייטיג מיט א בלעכענעם פנים אין חדר אין מען טיילט אויס א נישטגן קיאפאן פון 250 דאללער ציטיילט אין צוויי צי קענען קויפן אין בוטשער, אין עס איז נאן טרענספעבל,

ווי אין וועכע מוסד טרייבט מען נאך אזעלעכע ליצנות פון די ארבייטערס אין פון די מלמדים?

FiveBoro » 5/9/2010 19:06

איך האב גערעדט היינט מיט אסאך אידן פון קרית יואל בנוגע דעם בריוו, און דער סך הכל בערך וואס די אידן זאגן איז אזוי:

ווען חיים שלמה און יענקי שרייבן זיך ווען אליינס אונטער, וואלט געווען געוויסע גרופעס וועלכע וואלטן עקסעפטעד די פאקטן [הגם עס איז ידוע אז א 'נער' גליבט וואס ער ליינט...], אבער היות ר' דוד איז דער אונטערגעשריבענער, האט דאס געברענגט א שטיקל שמייכל.

זיי טענה'ן אזוי: ווער איז בעה"ב אויף ק"י קהל'ס קאסע? דארט ביי קהל הערט מען אייביג דער סטעיטמענט אז "ס'נישטא קיין געלט", די דיינים ווערן  נישט באצאלט, די קאסע האט אויפגעהערט צאלן פאר א התאחדות אברכים מנהל, די קאסע וויל יעצט אויפהערן צאלן די לעקטער אין ביהמ"ד, די קאסע צאלט נישט פאר קיין קאווע, די קאסע צאלט נישט פאר גארנישט, (אויף יעדע זאך נעמט מען אויף עפעס א קאמיטע, און זיי מוזן אלעס אליינס צאלן, אויסער אויף די "קאסע" איז נישטא קיין שום קאמיטע אדער מענטש וואס זאל וויסן וואס דארט גייט פאר).


נאכמער זאגן זיי, אז דוד האט אויסגערו'דפט איין קאמיטע וואס האט געהייסן "ווירטשאפט קאמיטע", וועלכע האבן געוואלט פארעכטן פראבלעמען אים קהל, ביז ווען זיי האבן געזעהן אז זיי קענען נישט מיט אים, און זיי האבן אויפגעגעבן זייער פאזיציע, און דוד טוט וייטער וואס ער וויל.

טא פארוואס זאל מען אים שטיצן קעגן ר' מאיר?

ווען יענקי סופר וועט זיך ארויסשטעלן, דעמאלס וועט מאיר'ס צד אפשר האבן א ארבעט אויפצוווייזן זיינע קארופציעס...

ודעתי נוטה לזה.

מנחם_מענדל » 5/9/2010 19:26

טראק טייערער!

דו רעדסט ווי א גרויסער אינו יודע.

ווען דו זאלסט וויסן וויפיל געלט און מיה [מיט סוקסעס] די ווילידש קאמפאני האט אין די לעצטע חדשים אריינגעארבעט אראפצוזעצן די מחוצפים, און ווי ווייט דוד איז נישט געווען צום האַבן אויף גארניקס (אויסער זיינע באליבטע 2-3 אישוס), וואלטסטו פארשטאנען ווי נאריש דו רעדסט.

פארשטייט זיך אז די ווילידש קען נישט פארציילן פרטים אין די גאסן....

יקרבו » 5/9/2010 19:43

קיינער זאל נישט פירן א דיסקאשן מיט דעם זאלי רינדכיגער. ער וויל סזאל זיך רידערן צווישן אונז. לאזטס עם רעדן צו זיך אליינס

וואלןסח » 5/9/2010 20:22

אפגעזען צו דער בריוו איז אמת צו נישט, שרייען די פאקטן פאר זיך

יעצט איך נעם מיר נישט אן נישט פאר מאיר הירש און נישט פאר דוד עקשטיין

די זענען ביידע רשעים ארורים וואס טרינקען זיך אין אידיש בלוט, ביידע ווילן זיין מושלים בכיפה, און ווי לאנג די צוויי קריגן זיך צווישן זיך האבן מיר אונז מנוחה.

דוד עקשטיין איז א רשע מיט א פרומען לבוש

מאיר הירש איז א רשע מיט א מאדערנעם לבוש

ביידע ווילן האבן אלעס אונטער זיך, אנגעהויבן פון רבין און געענדיגט ביי....

 

אז ס'וועט אויספעלן וועל איך ברענגן אויף דוד עקשטיין די זעלבע מעשיות וואס ער האט געטון מיט רבינו שליט"א - טאקע נישט היינט אבער - נאך יארן צוריק, וואס פון דעם על הכלל כולו יצא אז ער איז אויך נישט כולו לשם שמים מילד גערעדט.

 

און לעומת זה בלעימ נישט דוד עקשטיין אינגאנצן אויף די קהל'ישע וואלן, ווייל מאיר הירש איז געווען דער וואס האט געפסלט די ליסטע וואס אנ"ש האבן ארויסגעשטעלט וועלנדיג זיך אפרעכענען מיט מאיר ווערטהיימער, און איך האב הנאה אז יעצט באקומט ער עס צוריק (ער איז נישט דער ערשטער וואס כאפט צוריק פארן העלפן דוד עקשטיין, נאך איינער האט צוריקגעכאפט אין די לעצטע יאר, כידוע לי"ח).

 

למעשה, דאס איז קלאר אבער, אז היידפארק איז נישט דאס פלאץ עס אויסצושמועסן, און דערפאר האב איך נישט מאריך געווען מיט דעטאלן, נאר יעדער פאר זיך דארף זען מה שבידו צו צו העלפן, אז נישט מאיר הירש און נישט דוד עקשטיין זאלן זיין מנהיג יחידי, און א אנדערער אויך נישט, ס'איז קלאר אז ס'דארף זיין א קאמיטע מיט אפענע קארטן.

 

ה' יעזור

 

*

און יעצט די אלע וואס ווייטאגן אז ס'רודערט זיך און די שונאים לאכן, נישטא קיין ברירה, מען האט געלאכט פון אונז פאר 11 יאר צוריק, מיר האבן געשלינגען די בושה און אזוי איז מען ערגעץ אנגעקומען, יעצט איז עס גרינגער אויף א געוויסן פארנעם וד"ל

וואלןסח » 5/9/2010 20:42

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אים קרענקט די שלום צווישען ר' יענקי סופר אין ר' יודי ג''ב אויף וואס ער האט ארויסגעקוקט אויף אינערליכע קרוגעריי אין ב''ה עס האט זיך געסעטלט טאקע מיט די צוזאםארבעט פין ר' דוד עקשטיין אין ר' מאיר הירש אין ער ווייל אנדרייען יעצט א פרישע מערכה





תוקן על ידי היראים ב- 03/09/2010 23:29:17


סטאפ מיט די נאן סענס

ווען דוד עקשטיין קען מאכן אזא שלום, וואלט די וועלט אנדערש אויסגעקוקט

ס'איז א דבר ידוע אז די שלום איז געווען געצווינגען מחמת מוראה של מלכות

קוריאזער » 5/9/2010 20:59

די יעצטיגע מחלוקה האט אויסגעבראכן ווען דוד האט געבעטן פון מאיר הונדערט טויזנט דאלאר פון די ישיבה פאר קהל, פאר יעדע יאר פון די לעצטע פאר יאר (אמאל האט די ישיבה געצאלט אזויפיל רענט פאר די חתונה זאל, אבער זייט די חתונה זאל איז מער נישט אין בית המדרש האט די ישיבה אויפגעהערט צו צאלן רענט, און דוד וויל אז די ישיבה זאל ווייטער צאלן רענט.) דוד האט גע'טענה'ט אז קהל באדט זיך אין חובות און גייט באנקראט, און מאיר האט אים געזאגט, "איך פארשטיי נישט. קהל האט א בודזשעט פון 2 מיליאן דאלאר און דו קענסט דאס נישט פירן? אפשר ברענגסטו ארויס די ביכער אז מיר זאלן אלע קענען זען וואס דא גייט פאר און וואו דאס געלט גייט."

על זה יצא הקצף.

קוריאזער » 5/9/2010 21:01

פארגעסן צו זאגן, די קריגעריי איז פארגעקומען ביי א קהל'ס מיטינג.

רינדעכיגער » 5/9/2010 22:28

יקרבו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינער זאל נישט פירן א דיסקאשן מיט דעם זאלי רינדכיגער. ער וויל סזאל זיך רידערן צווישן אונז. לאזטס עם רעדן צו זיך אליינס



 

יקרבו זיסער איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז די נעמסטיך אן פאר מאיר הירש, מיטן שרייען אז איך בין א זאלי, אבער עס טוישט גארנישט דעם מציאות, פאקט איז פאקט, אז מאיר הירש פירט א שטאט אן א בעל הבית העכער זיך פינטל,

איך גיי יעצט פרובירן נישט זיך לאזען ארייצושלעפן אין טענעריי אין אויסרעכענען זאכן, די זאליס האבן שוין גענוג שטאף ביז אהער, עס איז בכלל נישט געווען בטעמט פון די ערשטע מנוט, איך האב מיך אבער נישט געקענט איינהאלטן מיין ווייטאג וואס מיר שלינגען שוין א לאנגע צייט,און ווען מען פרעגט עפעס דעמאלטס קומען די מאיר הירש ענד קא, אין ווארפן אונז שטרוי מיטן שרייען שא, דו זאליס וועלן לאכען,

גענוג שטרוי געגעסן!

אונז זעמער נישט קיין בהמות מער וואס מען נוצט צי מעלקן ביי די וואלן, אין נאכדעם זיצט מען אין ועד הקריה אפיס אין מען קוילערט זיך פאר געלעכטער ווי מען פירט א ציבור קטן'ען,

FiveBoro » 5/9/2010 23:47

אגענדעס און טענות איז א זאך וואס איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין, עדי נזכה לביאת המשיח.

אבער ווער עס געפעלט מיר יא דא איז וואלןסח: אלעס איז שקצים, אלעס טרונקט בלוט, און אלעס זאל קראכן.

איך האב פאר אזא סארט איד 2 עצות: 1) ארומוואנדערן עטליכע יאר אין אלע אידישע מקומות, פרובירן אלע גליקן, ביז ער וועט מיט א אימפעט צוריקלויפן צו דארט פון וואו ער קומט. 2) זיך איינהאנדלען א נייע פאָר ברילן, און זיך פארגרינגערן דאס לעבן בעז"ה.

דיןתורה » 5/9/2010 23:58

די קרית יואלע חסידים פין מהר''א קוקען אויס צו זיין זייער קינדעריש
דא איז דא א בריוו וואס כמעט יעדער נארמאלער מענטש פין צד מהרז''ל וועט מודה זיין אז עס איז א פאלטשע, אין עס איז נישט דא קיים שום באווייז אז די בריוו איז אמת
אבער צד מהר''א כאפען זיך צו דערצי ווי א געבראטענס אין הייבן זיך אן ארום רייסן
דער ניק פין צד מהרז''ל האט געמאכט א גיטע זשאב איך גלייב נישט אז ער האט געגלייבט אז ער וועט האבען אזא סוקסעס
הגם דא איז אויך יעדער מודה אז זיי ווייסען נישט אבער די אמת'קייט פין די בריוו, אבער מ'רייסט זיך איבער די אינהאלט דערפון

קוקטס ענק אן!

newyork1 » 6/9/2010 00:05

רינדיכיגער

דער איינציגער דא וואס האט געברענגט דא פרטים און טענות ביזטו, און פלוצים ""איך גיי יעצט פרובירן נישט זיך לאזען ארייצושלעפן אין טענעריי אין אויסרעכענען זאכן"", ביי ערוואקסענע מענטשן גייט עס נישט אזוי, אז דו פרעגסט אדער דו זאגסטו דארפסטו גרייט זיין צוריק צו הערן

און מר. דיןתורה, די בריוו איז אמת, אדרבה פרעג סיי וועם פון די נעמען וואס האבן באקומען דעם בריוו - די נעמען אויסגערעכנט אויף די בריוו - וועלן זיי דיר זאגן אז זיי האבן עס באקומען פון דעם זעלבן אימעיל וואס זיי באקומען אלע אימעילס פון דוד עקשטיין, חוץ אויב איינער האט זיך אריינגעבראכן אין זיין אימעיל האט ער עס געשיקט

און אויב האט דוד עקשטיין באשלאסן אז איז די צייט אדער אז עס לוינט אים עס צו טראגן פאבליק, זאלסטו האבן טענות צו אים, נישט צו אונז

און מר. רינדיכיגער, מיר וועלן נישט ברענגן קיין נייע טענות, מיר וועלן זיך נאר באציען צו דאס וואס דו שרייבסט, און עס פארגלייכן, צו די ווערטשאפט פון די צו וועם דער בריוו איז געשיקט געווארן, די הנהלת המוסדות אין בארא פארק  און וויליאמסבורג, די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, און די הנהלת המתיבתא אין קרית יואל

מיר האפן אז דו וועסט אויך הנאה האבן

דיןתורה » 6/9/2010 00:59

לדעתי ווען די בריוו זאל זיין אמת,
וואלט ער געקענט ארויף לייגן גלייך א קאפי פין די בריוו, אין ווי איינער האט שוין ערווענט קוק ווער עס שרייבט עס, אין קוק די נאך פאלגענדע נאן סענס תגובות וועסטו שוין זעהן אויב די מעשה קוקט אפי' אויס צו זיין אמת
מיט יעדע דעטאל וואס ער ברענגט שפעטער מאכט ער מער זיכער אז מען זאל זעהן אז די בריוו איז נישט אמת
אין לויט ווי איך פארשטיי איז רינדיכיגער אדער א קריגערישע מענטש אדער האט ער א פריוואטע אגענדע קעגן איין צד אדער שפילט ער צד מהר''א ווי איינער ערווענט (דאס מאכט מער פשט לויט די העצערישע תגובות וואס ער מאכט שאדען פאר די מוסדות פין צד מהר''א אין יעדן פאל מיט ברייטע פלייצעס)
אין אויף די סמך פין די 2 ניקס ווילן זיי מאכען א פייער ביי ענק אין חודש אלול, וואס פין דא קוקט אויס ווי ס'גייט זיי גיט השם ישמרנו

לאמיר שוין טראכטן אז די בריוו איז אמת, האט ער עס נישט געשיקט פאר די גאס אין אויב האט עס געליקעט פין די פאר מענטשן - א זאך וואס מאכט נישט קיין סענס, דארפן נישט קומען צינדערס אין מאכען א פייער דערפון
אין אויב געלונגט עס יא, דעמאלטס איז צרות מיט ענק

היראים » 6/9/2010 01:33

די גרעסטע מויל מאכערס אין דעם אשכול זענען ניקס וואס מ'זעהט זעלטן ווען שרייבן אדער שרייבן זיי בעיקר אין זאלי פארום
אין פליצלינג זענען זיי דא גאנצע מבינים אין גלייבן א בריוו וואס איז אויפגעטייפט אויף היידפארק וואס אפי' געוויסע זאלי'ס זענען מודה אז דאס איז סתם ליגענט (ביי זייער פארום)
אין נאכמאל קוקט אויף די היסטארי פין דעם ניק אויב ער האט שוין געפענט ''1'' אשכול מיט אמת'ע אינהאלט סיי מיט זיי אלטע ניק סיי מיט זיין נייע

אין נאך 3 טעג קומט ער הערשט אויף מיט א 'קאפי' פין אריגענעל בריוו - אויף וואס מען קלאר זעהן אז דאס איז נישט קיין קאפי, נאר א אריגענעל אויפטייפטע בריוו פין א הייפדארק




תוקן על ידי היראים ב- 06/09/2010 01:43:17

רינדעכיגער » 6/9/2010 01:50

newyork1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

און מר. רינדיכיגער, מיר וועלן נישט ברענגן קיין נייע טענות, מיר וועלן זיך נאר באציען צו דאס וואס דו שרייבסט, און עס פארגלייכן, צו די ווערטשאפט פון די צו וועם דער בריוו איז געשיקט געווארן, די הנהלת המוסדות אין בארא פארק  און וויליאמסבורג, די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, און די הנהלת המתיבתא אין קרית יואל

מיר האפן אז דו וועסט אויך הנאה האבן




ניתי ספר ונחזי, לאמיר פארגלייכן, מר newyork1


אין וומ"ס פירט עס מנחם גרשון לעבאוויטש מיט חזקי בערקאוויטש ווי די פעי ראלל איז אפ טא דעיט, אין דער רבי האט דארט אויסשליסליך דאס לעצטע ווארט. הגה"צ וויליאמסבורגער רב איז דער אויטאריטעט וועם מ'פרעגט אן אויף די קלענערע זאכן.

ווייטער און בארא פארק איז אהרן וועלץ אלץ געווען בעל הבית, וואס האט באצאלט יעדעם אין צייט אין דער עולם איז געווען ציפרידן, און זיין בעל הבית'קייט איז אויך געווען געלימעטעד, סך הכל אויף איינע פון די קלענערע מוסדות פון סאטמאר, גארנישט מער. ער האט נישט א בלענק טשעק פון א גאנצע שטאט מיטן רבין אינאיינעם.

אין די ישיבה גדולה אין קרית יואל, לויט ווי מ'זאגט איז יאנקי סופר א געטרייער סאלדאט פארן רבין, און שוינט נישט קיין געלט און צייט אויפן רבינס רצונות, נעמט א משל די אפטיילן די ישיבות אין קלענערע חלקים אויפן רבינס פארלאנג


וואלןסח » 6/9/2010 03:57

פייוו

איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך נעם גערן אן דיינע זידל ווערטער, איך קען אייך אבער נישט העלפן, איך האב צופיל מיטגעהאלטן בקרב קהלתינו

און דאונט געט מי ראונג, פונקט ווי זיי זענען גלייך מיט זייער רשעות, האבן זיי ביידע די זעלבע קרידענשעלס מיט גוטע זאכן אויך

דוד עקשטיין האט אסאך קרידעשענלס בעניני צניעות ובכמה ענינים להרמת קהלתינו וכבוד רבינו, אבער למעשה נוצט ער זיין שטעקן פאר פריוואטע אגענדעס, ביודעי ובמכירי

מאיר הירש האט אסאך קרידעשנלס מיט די גוטע חלקים וואס ס'איז דא ביי די מוסדות (ס'איז דא פון דעם אויך), און אגב נאכן גוט איבערטראכטן, און קענענדיג אביסל ביידנס היסטאריע, ווייזט זייער רעקארד אז דוד אביסל מער איינגעטיילט פארן רבין ווי מאיר ואכמ"ל, מאיר האט אסאך קרידעשנלס מיטן בית השחיטה וואס ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ער געט אוועק צופרידנצושטעלן אלע חומרות וואס די רבי פארלאנגט, אבער למעשה דארף מען זיך פאר דעם בוקן צו אים

בקיצור, זאלן זיי ביידע פירן, אבער ס'דארף זיין אפענע קארטן פון ביידע זייטן סיי אין קהל און סיי אין די מוסדות

newyork1 » 6/9/2010 18:40

רבי רינדעכיגער

לאמיר גיין די אישו'ס וואס דוד עקשטיין שרייבט אין זיין בריוו

און אויב דו האסט א פראגע אויב דוד עקשטיין האט געשריבן די בריוו, קאל און פרעג ווען די נעקסטע מיטינג פון וועד בית רבינו גייט פארקומען, און פארוואס גייט עס נישט פארקומען די וואך, און עס איז נאך נישטא קיין דאטום פאר נעקסטע וואך

ואם תשאלנו, פארוואס איך שרייב דא זאכן וואס עס איז קלאר אז די זאליס לאכן פון אונז א גוטס, די קשיא וואלט איך געוואלט פרעגן דוד עקשטיין און זיין שליח נאמן מר רינדעכיגער, איך וועל נאר רעדן פון דעם וואס עקשטיין און רינדעכיגער האט געפרעגט/געזאגט

יעצט צו די נקודות, מר רינדעכיגער, דוד עקשטיין האט גערעדט פון עטליכע יסודות'דיגע חסרונות אין וואס ער באשולדיגט מאיר הירש

נומער איינס ביי מיר, איז דאס אז ער איז א יחיד המשתלט, פרעג איך דיר
איז דוד עקשטיין א יחיד המשתלט אין קהל אין קרית יואל, און ווי אימער על לייגט א האנט, ווי א שטייגער וועד הצניעות וויפיל אנדערע מענטשן קענען אריינרעדן, עיין ערך בחירות תשס"ט, ועיין ערך ווערטשאפט קאמיטע

 האט ר' אהרן וועלץ מענטשן וועם ער גוט אפ דין וחשבון, איך פארשטיי אז מען קען זאגן, אז ער זאגט פארן רבין שליט"א פאר בארא פארק רב שליט"א, אבער איך פרעג דא, ווער איז זיין הנהלה, דאכט זיך אז די פרשה אין בארא פארק האט קלאר געוויזן צו ער איז א יחיד מומחא און מנהיג יחידי

אבער עס קען אויסקוקן קאמיש, אבער סאטמאר איז בעסער געפארן מיט די מנהיג יחידים ווי משה חיים ווייס און  אהרן וועלץ, ווי מיט די קאמיטע און הנהלות ווי אין וויליאמסבורג, לאנדאן און מאנטריאל, ממילא בין איך נישט זיכער אויב עס איז אזא שלעכטע זאך, אבער לגבי די באשולדיגונג פון מנהיג יחידי רעדן מיר איצט

אין וויליאמסבורג איז טאקע דא צוויי ר' מנחם גרשון און ר' יחזקאל בערקאוויטש, קענסט מיר זאגן וויפיל אלעזר קליינבערגער און די צוויי סטראלוויטש ברודער אדער יצחק ראזענבערג און ווער ווייסט ווער נאך עס איז די הנהלה קען אריינרעדן דארט

אין די מתיבתא קענסטו מיר זאגן ווער קען אריינרעדן חוץ יעקב סופר

דאס איז בנוגע מנהיג יחידי באשולדיגונג, שפעטער וועלן מיר גיין צו די פינאנצן, עוולות, הצלחה פון די מוסד וכו, ועוד חזון למועד

וואלןסח » 6/9/2010 18:58

ס'איז קלאר אז א מנהיג יחידי האט אסאך אסאך מעלות, אודה ולא אבוש אז בזמן ווען משה גבאי איז געווען בראש האט נישט פאסירט געוויסע זאכן וואס פאסירן היינט יא און דארפן נישט פאסירן, אבער לעומת זה האט עס אויך אסאך אסאך חסרונות, וחלוקת סאטמאר תשנ"ט יוכיח.

מיט דיינע טענות איבער דוד ביסטו טאקע 100 פראצענט גערעכט, און מען קען אים זאגן ריגטיג טול קורה מבין עיניך

אבער אחרי ככלות הכל דער וועג ביז יעצט טויג נישט, און דער פראבלעם דארף א לעזונג

 

אזוי לאנג ווי מען איז נישט שולדיג פאר מלמדים אין ווליאמסבורג 3 חדשים גייט קיינעם נישט אן אז מען קען נישט אריינרעדן, אבער אויב פירט מען זיך אויף צו מלמדים ערגער ווי צו פולישע גוים פאדערט עס א וויי געשריי

רינדעכיגער » 6/9/2010 18:59

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פייוו

איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך נעם גערן אן דיינע זידל ווערטער, איך קען אייך אבער נישט העלפן, איך האב צופיל מיטגעהאלטן בקרב קהלתינו

און דאונט געט מי ראונג, פונקט ווי זיי זענען גלייך מיט זייער רשעות, האבן זיי ביידע די זעלבע קרידענשעלס מיט גוטע זאכן אויך

דוד עקשטיין האט אסאך קרידעשענלס בעניני צניעות ובכמה ענינים להרמת קהלתינו וכבוד רבינו, אבער למעשה נוצט ער זיין שטעקן פאר פריוואטע אגענדעס, ביודעי ובמכירי

מאיר הירש האט אסאך קרידעשנלס מיט די גוטע חלקים וואס ס'איז דא ביי די מוסדות (ס'איז דא פון דעם אויך), און אגב נאכן גוט איבערטראכטן, און קענענדיג אביסל ביידנס היסטאריע, ווייזט זייער רעקארד אז דוד אביסל מער איינגעטיילט פארן רבין ווי מאיר ואכמ"ל, מאיר האט אסאך קרידעשנלס מיטן בית השחיטה וואס ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ער געט אוועק צופרידנצושטעלן אלע חומרות וואס די רבי פארלאנגט, אבער למעשה דארף מען זיך פאר דעם בוקן צו אים

בקיצור, זאלן זיי ביידע פירן, אבער ס'דארף זיין אפענע קארטן פון ביידע זייטן סיי אין קהל און סיי אין די מוסדות

 

יישר כח וואלןסח, דאס הייסט גרעד ווי אן ערוואקסענער

  איך האב הנאה אז איך בין נישט דער איינציגער וואס וויל נישט עסן קיין שטרוי פון די מאיר הירש ענד קא. גאווערמענט. העכסענס וועסטו באטיטול'ט ווערן אלטס זאלי, ווייל ווען עמעצער טרויעט זיך צי טראכטען אליין אן די הילף פון די הירש ענד קא. דעמאלטס באגיסט מען יענעם אז דו ביסט א זאלי, במילא וועט שוין נישט פארגליסטן צי טראכטען אליין אן די הילף פון די הירש ליצים. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די הירש ענד קא. זיצען אין לאכן מיט די זאליס שטיל ווען קיינער זעט נישט.

 

קומען אזעכע ליצים שיקן די אינגלעך זאלן שרייען "זאליס" אויף אונזערע מענטשן, איז שייך גרעסערע ליצנות טרייבן פונעם ציבור?

 

אין דאנט טעיק מי ראנג, מאיר הירש האט אסאך געלייסטעט פארן שטעטל אין פארן רבין, אבער דוד עקשטיין קען זיך נאך פארמעסטן מיט אים עני טיים, אין אז עס איז געקומען יעצט א חשבון טיים, זיי מוחל ענטפער פארן ציבור ווי א נארמאלער מענטש, אזוי ווי יעדע הנהלה טוט, אין שיק נישט קיין ארדערס פארן רבין וואס ער זאל טוען כדי די מאיר הירש ענד קא. זאל האבן א שוץ פאר א בלענק טשעק און ווייטער טון וואס זיי האבן געטוען ביז יעצט.

 

 

 

 



תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 06/09/2010 19:43:26

מנחם_מענדל » 6/9/2010 19:28

רינדעכיגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין וומ"ס פירט עס מנחם גרשון לעבאוויטש מיט חזקי בערקאוויטש ווי די פעי ראלל איז אפ טא דעיט, אין דער רבי האט דארט אויסשליסליך דאס לעצטע ווארט. הגה"צ וויליאמסבורגער רב איז דער אויטאריטעט וועם מ'פרעגט אן אויף די קלענערע זאכן.



זאג עס נאכאמאל איבער. (ישיבה קטנה...)

פריינדליך » 6/9/2010 19:56

מנחם מענדל. די פראבלעם מיט ישיבה קטנה איז אז מען דארף זיך שלאגן מיט פריוואטע מענטשן. נישט מיט די מוסדות

מנחם_מענדל » 6/9/2010 19:56

רינדעכיגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין שיק נישט קיין ארדערס פארן רבין וואס ער זאל טוען כדי די מאיר הירש ענד קא. זאל האבן א שוץ פאר א בלענק טשעק




ווער???

מאכסט מיר לאכן.

newyork1 » 7/9/2010 04:34

רינדעכיגער! קאנגראטולאציעס,

איך גיב דיר פולשטענדיג גערעכט

היות, עס איז מער ווי דיין "פעי גרעיד" צו ענטפערן אויף וואס מען פרעגט, און עס איז דיר גרינגער צו פירן א שמועס נאר ווי פילסט דיר באקוועם, ממילא וועל איך דיר לאזן צורוה, אוואו יענער האט געזאגט, "דאנט קאנפיוז מי וויט די פעקטס, איי אללרעדי מעד אפ מיי מיינד" [פארמיש מיר נישט מיט די פאקטן, איך האב שוין סייוואו אפגעמאכט מיין מיינונג]

פארפאלן ווען מען איז גערעכט איז מען גערעכט