היינט נאכט האבן די אהרונים פאררופן א אסיפת חינוך אין וויליאמסבורג, עס וועלן אויפטרעטן בעלי דרשנים און מחנכים. דער אסיפה איז צושטאנד געקומען נאך וואס געוויסע עלטערן האבן אנגעהויבן פארפירן אז די קינדער זייערע ווערן נשפע פונעם פארפוילטן אהרונישן חינוך פון שלאגן און הארגענען מענטשן און זיי ווילן פרובירן דאס צו נארמאלעזירן.
וואס איז פארגעקומען הונטער די קוליסן איז גאר אינטערעסאנט, ר' אהרן טייטלבוים האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו רעדן, און ווי יעדער ווייסט וואלט ער מיט זיין באטעמטע שפראך זיכער געמאכט אויסצורעכענען אלעס וואס קען האבן שייכות מיט חינוך, און דער עולם וואלט געליגן אויף דער ערד פאר געלעכטער. אבער די עלטערן האבן פארפירט אז זיי זענען בשו"א נישט מסכים ער זאל רעדן, איינס ווייל יעצט איז ימי הרחמים והרצון און עס איז נישט דער צייט פאר א פורים צורקיס שפיל. און צווייטענס ווייל דער גאנצער מטרה פונעם כינוס וועט גיין לאיבוד, דא וויל מען דאך מסביר זיין אז דער חינוך פון שלאגן און הארגענען מענטשן איז נישט גוט און דער ר' אהרן איז דאך א סעמפעל פון דאס פארקערטע. האט רעבעצין סאשע געזאגט אז דו רעדסט נישט גייסטו נישט (איינער געדענקט אזא פראזע פון די חשוב'ע רעבעצין אין די פארגאנגעהייט?!...). און ווי עס שיינט גייט טאקע ר' אהרן בויקאטירן דעם עצרת און ער גייט זיין אין בארא פארק אויפנעמען דעם ציבור.

תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 03/09/2010 01:00:37