שלמה ווייס אויף CHANNEL 12
mnohel, please take off the ugly eshkol
איך האב מיך מיישב געווען...סעט סיי ווי נישט ברענגען גארנישט
תוקן על ידי ראדני_קינג ב- 01/09/2010 21:18:13
איך געפין זיך שוין דא אויף הייד פארק א לענגערע צייט (קענסט זיך איבערצייגן דורך קוקן אויף מיין הודעות משתמש)
אויב איינער ווייסט מער אינפארמאציע אויף דעם "שלמה ווייס"? פון וואו קומט ער? צו וועלכע קרייז געהערט ער?
ביטע נישט שרייבן קיין ניבול פה אויפן פארום
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:22:01
די מעשה קוקט אויס שקר פון קאפ ביז פיס.
אבער איין זאך ברויך מען יא געדענקען.
אז דער שייגץ שלמה ווייס איז געווען פון די ערשטע תלמידים פון בני יואל, און דעמאלס ווען מרן בעל ברך משה זי"ע האטג געזאגט מיט ווייטאג, אז זיי זענען קרעציגע קינדער, און וועלן זאגן הלל ביום עצמאות, איז ליידער מקוים געווארן. חכמים הזהרו, שפילט אייך נישט ארום מיט די פייער פון א צדיק.
מען זעהט ליידער ווי איין ביי איינס פון די בני יואל, ובפרט די ערשטע תלמידים זענען שטארק פארפארן.
איך גראדע גלייב איהם יא, וואס זאל איך דיר זאגן. ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז א 35 יעריגער מענטש זאל פאבריצירן אזעלעכע מעשיות און עס גיין פובליצירן פאר די מידיע, די תירוצים אז ער איז סתם גערעגט אויף די עלטערן איז ווייט נישט גענוג פאר מיר.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/09/2010 21:43:56
קאם אן, קרעפ!
שקצים איז דא איבעראל.
שלמה ווייס איז נישט געווען פון די ערשטע בני יואל קינדער
בל"נ שפעטער וועל איך ברענגן די נעמען פון די ערשטע קינדער וואס אלע זענען היינט חשובע יונגעלייט
געדענק וואס חז"ל זאגן אין מסכת מכות - קללת צדיק אפילו על תנאי בא. איז כל שכן דא וואס מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ביטער פארשאלטען כמה פעמים די בני יואל.
ביי מיר איז די פאקט אז ער איז א גרוש און אפגעפארן, און געווען שטיל ביז יעצט, פארמינערט קיין כי הוא זה זיין נאמנות, אדרבא דאס פונקטליך זענען טאקע די קאראקטיריסטיקס פון אזעלעכע געליטענע...ה' ירחם
ווי אויכעט שרייבט דארט איינער אז די בילד פון א חסידישער יונגעל איז גארנישט ער, נאר גאר זיין זוהן
נאך איינמאל איך זע אזא שפראך פון דיר אדער פון א צווייטן ווערט יענער אויסגעשלאסן לעולם ועד!
דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/09/2010 06:23:42
דאס גייט אריין אין ניוויל פה
סקאט מאלען
איך האב נאכנישט געזעהן די קליפ פין וואס ענק רעדן אבער געהערט דערפון האב איך יא
די ס''ה איז אז אזא שגץ האט נישט קיין נאמנות ע''פ תורה אין מען טאר אים נישט גלייבן
וואס די זאגסט וועגן בני יואל,
דאס איז נישט די איינציגסטע קעיס, איך ווייס נישט נאך א מוסד זאל האבען אזוופיל קעיס'ס די מעשה ביי די מיידלעך איז אסאך ערעגר ווי דעם ה''י
אן אריינרעדן אין די אמת'דיגעקייט פון די מעשה זעט מען עפעס א אינטרעסאנטע זאך
דאס איז שוין די צווייטע אדער דריטע קינד וואס איז נתחנך געווארן אין בני יואל וואס מאכט אזא חילול השם אין די פרעסע צו באשמוצן חסידישע אידן
דאס איז זייער חינוך, נישטא קיין רבנים נישטא קיין ערליכע אידן, יעדער איז א שייגעץ
האסט א פראבלעם גיי צו די גויאישע פרעסע (אין זאלי פארום איז מען נאך אומשטאנד פאר דעם אים צו באטיטלען אלס דער כתב סופר בימינו וואס איז געגאנגען שתדל'ען ביי די גוים
בושנו מכל עם
איך ווייס נישט וואס יענער בני יואל האט יא געטון אדער נישט אבער איין זאך איז זיכער אז ער האט דעם קינד נישט צו גוט געטריט ווייל קיין שום יוד אדער גוי וואלט נישט געטון פאר א נארמאלן טאטן וואס דער גרוש האט געטון פאר אים. סאיז גאנץ מעגליך אז ער האט נאך אלס נישט מוחל געוועהן דעם טאטן פארן עם אריין שטעלען אין בני יואל אין עם מאכן פאר א ציקלאפט אין געפייניגט קינד.
נאר ביי די בני יואל (און ביי אסאך זאליס) זעהט מען דעס אז מענטשן שפילן מיט זייערע קינדער'ס בלוט פאר פאליטיק.