אויב איינער האט עפעס גוטע, אינטערסאנטע בייפעלער וואו צו גיין חוה"מ ווערט ער געבעטן עס דא צו באשרייבען.
פארשטייט זיך אז מען זאל ליבערשט שרייבן פלעצער וואס זיינען פעליג פאר די גאנצע משפחה, און אויב איז עס פאסיג נאר פאר אינגלעך אדער נאר פאר מיידלעך, דאן זאל מען דאס ארויסשרייבען.
איך שרייב אביסל ווייטע פלעצער, ווייל ביי די נאנטע בין איך שוין געווען...
מיר וועלן אנהייבען מיט פלעצער וואס זענען אביסל ווייט, עס איז א רייזע פון א 2-3 שטונדען אדער מער, אבער דארט איז פארהאן אלע איינריכטונגען פאר אידען, אלזא מען דארט בלייבן איבערנעכטיגן, און די פלעצער זיינען נאר אינטערסאנט אויב לאזט מען זיך ארויס אביסל פרי.
הערשי פארק. דאס איז א רייד פארק וואס ווערט אפגעדונגען יעדעס יאר חוה"מ סוכוס דורך אידען פאר א טאג אדער צוויי, די פרייזען זיינען די געווענליכע, זיי פארמאגען א סוכה אויפן פלאץ.
הערשי טשאקלאדע. דאס איז די באוואוסטע טשאקאלאדע פעקטארי, דאס געפונט זיך נעבן הערשי פארק, זיי צייגן דארט וויאזוי מען פאבריצירט טשאקלאדען און געוויסע סארטען צוקערלעך, זיי האבען ריידס אינעווייניג פאר קליינע קינדער, אינטערסאנט אויך פאר ערוואקסענע.
אמיש טאון. דאס איז אן ארט ווי מעטשען לעבן נאך אויפען אלטען לעבנסשטייגער, זיי פארען אויף פערד און וואגען און מען קען אויך האבען א רייזע מיט אזוינס.
דאטש וואנדערלענד. דאס איז קינדער פארק, זייער אינטערסאנט פאר קינדער, און די עלטערן דארפען נישט צופיל וואנדערן פון איין רייד צום צווייטען. זיי האבען געווענליך א סוכה אויפן ארט.
די אלע דערמאנטע פלצער זיינען נישט צו ווייט איינס פון צווייטן.
ס'איז דארט אויך פארהאן נאך אסאך אינטערסאנטע פלעצער, מען קען דארט רואיג אויספילען צוויי פולע טעג.
אין די געגנט דארט איז דא א אידישע געמיינדע מיט א שול ווי מען קען דאווענען אלע תפילות, אויך האטעלן פאר גוטע פרייזען אויף איבערצונעכטיגען.