היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טאטאל דורכפאל אסורי יאפאן אין קר"י

טאטאל דורכפאל אסורי יאפאן אין קר"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2822968

אדמיראל » 30/8/2010 06:45

ווייסט איינער דער פשט פינעם טאטעלן דורכפאל אין קרית יואל יעצט באנאכט פינעם מסיבה פאר די יאפענעזער בחורים
ס'האט זיך נישט געפינען אין זאל קיין 200 מענטשן

איז עס נישט געווען גוט אויף געארבעט ?

גביר_אדיר » 30/8/2010 08:39

וויזוי האבן אויסגעזען די אנדערע מסיבות דארט, עס זענען דארט געווען היינט עטליכע אנדערע מסיבות. אויב דארט איז געווען בעסער, איז א סימן אז דאס איז נישט געווען גוט אויפגעארבעט.

ראוז_פלאזא » 30/8/2010 21:06

עטליכע פאקטארן וואס האבן צוגעגעבן צום שטוינענדן דורכפאל (פון מיין point of view) קודם כל זענען זיי אנגעקומען און א אנגעצויגענע צייט אין קרית יואל, יעדער צד מיט זיינע מיינונגען, אויך זענען זיי אנגעקומען זייער נישט ארגאנאזירט, (זיי האבן מסתם געהאלטן אז אזויווי אין די אנדערע געגנטער האבן זיי געהאט א מאסיווע סוקסעס וועלן זיי דא אויך האבן, זיי האבן אבער פארזעהן אז דער ציבור איז נישט געבליבן שטיין ביי יאפאן , אינמיטן איז אינטערגעקומען פרשת רובאשקין וכו׳) ווי אויך האבן זיי נישט געהאט קיין לאקאלא עסקנים וואס זאלן לאדענען וכדומה,   

זעמללער » 31/8/2010 00:38

ראוז_פלאזא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי אויך האבן זיי נישט געהאט קיין לאקאלא עסקנים וואס זאלן לאדענען וכדומה,   


לדעתי איז דעיס די הויפט סיבה פונעם דורכפאל

טאטלע » 31/8/2010 00:39

אויסער צעטליך אין ב"ה , ווי ביי יעדע געווענטליכע טיי אוועט האב איך נישט געזען

שלמהווייס » 1/9/2010 03:44

און נאך א שטארקע סיבה, ס'איז געווען זונטאג נאכט....
ווער האט נערווען זונטאג נאכט צו גיין צו מסיבות?, ווען זיי מאכען עס ווען דאנערשטאג נאכט וואלטן זיי ווארשיינליך יא געהאט א עולם