היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די שחיטה פון די כבשים לכבוד ראש השנה

די שחיטה פון די כבשים לכבוד ראש השנה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2822931

סאטמארבילד » 30/8/2010 01:50


שחיטת כבשים

שע"י בית השחיטה המהודרת ד'קהלתינו הק'

מיט די ספעציעלע הידורים און חומרות תחת הוראות והשגחת כ"ק מרן רבינו שליט"א ודייני קהלתינו

 

די לעמעלעך קומען אהן צו די שחיטה

 

דער שוחט מאכט גרייט דעם חלף

 

דער ספעציעלער "בודק סכינים" ביי דער ארבעט, ווערט געזעהן הרה"ג ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו 15 עוו.

 

ביים באובאכטן ביי די בדיקת פנים

 

דער משגיח מאכט דער "בדיקת פנים"

 

ביי דער "בדיקת חוץ" אויף די לונגען

 

דער ספעציעלער משגיח לייגט די פלאמבע'ס אויף די כשר'ע בהמות

 

 

גרייט צו אריינצוגיין אין ספעציעלן פריזער

 

 

ביים אפטיילן די אויבערשטע חלקים - וואס ווערט געפאקט פאר די בית השחיטה דקהלתינו - פון די אונטערשטע חלקים

 

עס ווערט אפגעטיילט ביים 12'טען רופ

♦♦♦

♦♦♦

קראך_היט » 30/8/2010 02:23

ווי איז דאס? אין שיקאגא?

ברוינפן » 30/8/2010 04:31

אין ניו דזשערסי, א ספעציעלע שחיטה לכבוד ר"ה

סאטמארבילד » 30/8/2010 05:40

אסיפה בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א מיט די שוחטים ובודקים דקתיה''ק

 

דער רבי שליט"א גיט דברי הדרכה פאר די שוחטים ובודקים

 

 

 

 

♦♦♦

שלמהווייס » 8/9/2010 10:19

געהערט פון איינעם וואס קויפט נאר אינעם אהרונישען בוטשער, אז ס'איז נישטא גענוג קעפ (ראש כבש) וואס פשט?
האט מען נישט געקענט צוגרייטן גענוג?

זעמללער » 8/9/2010 19:38

גערעכט..... היי יאר וועט מען מוזען עסען נאר א קאפ פון א פיש

ביי יעדע יו"ט ווערט די פארלאנג נאך ק"י פלייש אלס מער

די_אמת » 12/9/2010 19:51

דער ר' געציל האט נישט קיין טראפ דרך ארץ פארן בעל דרשן, ס'זעהט זיך קלאר אן אז ער האט גאנץ ווייניג געדולד פאר דעם בעל דרשן'ס פלוידערייען...

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/09/2010 17:15:29

אברמסקי » 12/9/2010 21:02

די אמת
ביי איז נישט געווען ראש השנה מיט צוויי טעג צוריק? האט א אנדערער לוח? ווייל עס איז מיר שווער צו גלייבען אז א איד וועט אזוי שרייבען ברבים נאך מען בעט דעם אייבישטער אזוי שטארק.

אגב ווען איז יא דא גענוג כבשים? יעדע כבש האט נאר איין קאפ. איך האב שוין 15 יאר נאר געקויפט קאפ פון א פיש דאס יאר האב איך שוין יא געוואלט קויפן א כבש אז נישט א קאפ כאטש אנדערע חלקים אבער מיין בני בית האט מיר געזאגט אז זיי ווייסט נישט צו מען קאכט עס ווי בשר בהמה צו אנדערש