די ליינער פון "דער בלאט" די וואך זענען שטארק אנטוישט געווארן ווען זיי האבן נישט געפונען דעם פנקס הקהלה פון די פסול'ע קידושין וועלכע זיי זענען געוואוינט צו זען וואך איין וואך אויס מיט פרישע נעמען. אנשטאט דעם איז דאס ערזעצט געווארן מיט א פרישער קאמפיין, הגנת התורה, א בריוו פון בערעלע פריעדמאן אויף ענגליש אז די זאליס גייען ח"ו אין קאורט.
ווי עס שיינט האט דער רויטער בדחן שמואל ווידער אנערקענט אז ס'טויג נישט דער מצב, דא האט מען איינגערעדט די קינדער אז עס וועט אין דעם נייעם זאל נישט זיין מער ווי איין חתונה (אזוי ווי מ'האט זיי איינגערעדט, מיט אביסל טינט פון א פעדער, אז אין דעם נייעם בית החיים וועט נישט זיין מער ווי איין נפטר...) און דערווייל האלט עס שוין ביי די 10'טע חתונה, און נישט סתם א חתונה נאר פון די טאכטער פון הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א.
דעריבער האט ער ברוב תבונתו פארשטאנען אז מ'מוז דאס אפשטעלן, אבער די קליינע קינדער וועלן דאך איינשלאפן?! נישט געזארגט! מ'וועט לייגן גרויסע פלאקאטן אז די זאליס זענען אין קאורט, א פאסטאט-קאפי פון א ענגלישע בריוו ארויסגעשיקט צו 30 טויזענט ארטאדאקסישע אידן (לאכט נישט, פאר די אקסן קען מען אלעס איינרעדן...) א סימבאל פון א ארגענעזאציע וואס איז נתייסד געווארן אין בלאט אפיס (א שטייגער ווי די איחוד הרבנים דסאטמאר...), און די זאליס זענען א פארגאנגענהייט. חלה דעקלעך נעבעך.