היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ריכטיג: מאטי'ס יא פארמישט אין רשעות אין ק"י

ריכטיג: מאטי'ס יא פארמישט אין רשעות אין ק"י

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2822207

kj1234 » 26/8/2010 23:33

איך האב אריין געלייגט אסאך ארבייט אין נאכגיין די פרשה וועגן די טראק וואס די ארונים האבן געהייסן אוועק שלעפן פאריגע וואך וועגן די גארביטש אין ק"י זאל דער עולם וויסן אז דער מאכי גאלדבערגער דער בעל הבית פין מאטיס קאר סערוויס דרייט זיך ארום זיך מאכן פאר אימשילדיג אבער די גאנצע קלעם איז געבויט אויף זיין עדות אין אז מהאט געוואלט אריין קראכן אין זיין קאר זאל ער אינז נישט ארום שפילן אין זיך מאכן פאר א נעבעך 

זאל מען טאקע בשום אופן נישט ניצן אויב וויל ער טרינקן אינזער בלוט זאל ער נישט נעמען פין אינז פרנסה זאל ער זיין ביי די ארונים!!!


תוקן על ידי kj1234 ב- 26/08/2010 23:35:45

חמץ_גמור » 27/8/2010 00:22

ער האט אסאך איינגעשטעלטע פון אנ"ש.
פון וואו זאלן זיי יעצט נעמען פרנסה?

ס' נישט פשוט, מ'דארף זיך אנידערזעצן און מאכן א מיטינג.
ווען האסטו צייט?...

געכאפטער1 » 27/8/2010 00:24

איך לאז יעדן איינעם דאס גיין מברר זיין אזוי ווי איך האב געטוהן, וועט יעדער איינער זעהן אז עס איז א הוילע שקר וכזב, איך האב גערעדט צו זלמן לייב וויינשטאק אליין דער בעה"ב פון די טראק, ער האט מיר דאס אויך קאנפוירמד, יעקב מאיר פערענץ האט געבעטן מאכי ג"ב וואס איז שוין יארן פאניע בראדט מיט די פאליציי אז ער זאל שתדל'ן ביי זיי אז מען זאל ארויסלאזן די טראק, אויף דעם האט ער געענטפערט אז דערווייל מאכט מען מיך שאדן אבי אין דער וועלט אריין, מען באשמיצט אים אומזינסט, אויב וועט ער טוהן עפעס דערוועגן אז מען זאל סטאפן צו באשמיצן וועט ער שתדל'ן פאר אים.

דאס איז א שקר אז מאכי האט עדות געזאגט קעגן די דרייווער, איך האב דאס געהערט פון עטליכע עסקנים אליין, און אויך בשם יעקב מאיר פערענץ, יעדער איינער קען אים גיין פרעגן וועט ער זיך איבערצייגן אין די ווארהייט דערפון,

אשרי מי שחושדים אותו ואין בו, דערווייל גיי איך נאר ניצן מאטי'ס אויב עס וועט אויספעלן אזוי ווי אסאך  טוען טאקע וויבאלד מען האט אים אומזינסט באשמיצט

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2821256&forum_id=21016




תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 27/08/2010 00:25:14

חמץ_גמור » 27/8/2010 00:31

געכאפטער איך בין שוין נישט באזארגט איבער אנ"ש איינגעשטעלטע,
דו און דיינע חברים גייען "נאר" יוזען מאכי'ס,
וועלן אנ"ש ווייטער גארט מאכן שיין פרנסה אי"ה...

יא, דער אייבעשטער פארלאזט נישט...

המהדרין » 27/8/2010 03:06

די הנהלה גלייכט נישט צו נעמען א שטעלונג אין די ענינים, אבער היות עס זענען אריינגעקומען אסאך פארלאנגען אז דער אשכול זאל געמעקט ווערן, דעריבער האט די הנהלה באשלאסן צו אפשטעלן די דיסקוסיע ביי דעם פאל. אויב וועט דער צד וואס טענה'ט אז מ.ג. איז יא געווען פארמישט אין די סומטאכע ברענגען גענוג באווייז צו זייער טעאריע וועט מען פריש דן זיין אויב מיר זאלן דאס לאזן אנגיין.
 
מיט פארשטענדעניש. ההנהלה.