איך העפן א נייער אשכול ווייל איך וויל נישט אריינגיין מיט די אנדערע נערישע טענות און שטותים
איך ווייס אז אסאך וועל איך נישט אויפטון דא אבער להגדיל תורה ולאדירה וועל איך ברענגען די שטיקל
באמת איז אז רוב עולם און רוב רבנים קענען נישט הלכות אבילות, ווייל ווער לערנט הלכות אבילות פאר ער דארף דאס, וועל איך דאס אביסל מסביר זיין
עפ"י הלכה (לויט ווי ר' יוסף קארו מיט ר' משה איסערליש האבן געשריבן) איז נישטא א איסור צו הערן מוזיק בימי אבל אביו ואמו, נאר בימי בין המצרים, אזוי ווי עסן פלייש איז נאר אסור בימי בין המצרים און נישט בימי אבל אביו ואמו, איז אויך הערן מוזיק די זעלבע זאך, קיינער וועט מיר נישט קענען טרעפן איין פוסק וואס זאל שרייבן מוזיק, די זעלבע זאך איז מיט רקידה,
וואס איז יא אסור וואס שטייט יא און שו"ע (באגלייט א קאפי) איז אז מע טאר נישט גיין צו א סעודת מרעים, וואס דאס איז כולל לפי רוב שיטות האשכנזים ברית, קידוש, פדיון הבן, בר מצוה, חתונה, שבע ברכות, הכנסת ספר תורה, וכו' וכו', אבער נאר די סעודה, די שפעטערע אחרונים האבן אויך גאסערט רקידה. פארשטייט זיך אז ביי א קינד איז נישט שייך דער איסור, ובדרך אגב אויך מסדר קידושין זיין ווען ער איז נישט מרא דאתרא איז אסור,
יעצט צו שרייען ער האט גהערט מוזיק ל"ג בעומר, דאס איז נישט קיין שום איסור, געטאנצען איז ער נישט, אזוי אויך פאריגע וואך ביי די הכנסת ספר תורה אין מאנסי איז ער נישט געטאנצען און די סעודה איז געווען א טיש,
אבער באמת רוב רבנים קענען נישט די הלכות, איך האב ליידער גפרעגט ווען איך האב געדארפט אסאך גרויסע רבנים קיינער האט נישט גהאט קיין תירוץ
דא איז באגלייט דער דף און שו"ע יו"ד סי' שצ"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 25/08/2010 23:04:39