ווי באקאנט האט ער נאך געפירט א מערכה מיטן הייליגן רבין ז"ל דער בעל דברי יואל דער מנהיג הדור ער האט געשריבן א גאנצן קונטרס "רבינו סר מן הדרך"
ר' זלמן זייענדיג צוקלאפט פונעם פאקט אז דער גאון ולוחם מלחמת ה' הרב שלעזינגער וויל עם נישט אויפנעמען און וויל עם נישט קענען צוליב זיינע פילע שייגעץ שטיק פון פירן מערכות אויסצורייסן קברי ישראל און פון זיינע פילע הליכה לערכאות אין חו"ל און אין אר"י צום טמאנע'ם בג"ץ וואס די רבי שרייבט סאיז יהרג ועל יעבור - זעענדיק כי כלתה אליו הרעה איז ער געלאפן נישט מער און נישט ווייניגער זיך צאמצושטעלן מיטן גרעסטן אונטערברענגער פונעם יהדות החרדית אינעם לעצטן יאהר הינדערט
הרב דאמב האט געפירט מערכות אקעגן די עדה החרדית פאר צענדליגער יארן
הרב דאמב האט געפירט מערכות מיט רביה"ק בעל דברי יואל זצ"ל
הרב דאמב האט געפירט מערכות מיט רבינו בעל בר"מ זצ"ל
הרב דאמב האט געפירט מערכות מיט אלע סאטמארע דיינים ורבנים (סאיז דא דער באקאנטער דרשה פון הרב טירנויער וואס ער האט געזאגט אויף עם בשעתו - עם אנרופענדיג דער לץ פון לאנדאן)
הרב דאמב האט געפירט מערכות מיט אלע היימישע רבנים
הרב דאמב האט געארבעט האנט ביי האנט מיט חיים שאולזאהן דער פנים חדשות
צוריקקומענדיק קיין אמעריקע גייט ער אפשטאטן א באזוך צו חיים שאולזאהן
דאקומענטן איבערן חרם אויף הרב דאמב פונעם ביד"צ וועלן נאכפאלגן
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/08/2010 00:54:09