היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טרייסל : זאליס באהערשן די גאנצע יודישע וועלט

טרייסל : זאליס באהערשן די גאנצע יודישע וועלט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2821366

פאמאגראנט » 25/8/2010 02:21

וויליאמסבורג זענען זיי שוין לאנג הונדערט פראצענט בעה"ב
בארא פארק האבן זיי שוין פאריגע וואך געווינען די דין תורה
קרית יואל זענען זיי שוין אויך בעל בית זייט זיי ווארפן פעמפערס אויף די גאסן
מאנטיראל האט ער אויך איינגענימען פאריגע וואך מיט א שטורעם אפילו די קינדער מיט די האר האבן זיך שוין אויך אינטער געגעבן
אנטווערפן האט ער שוין צוויי יאר צוריק אוקפריט
בני ברק איז ער שוין אויך בעל בית ווייל מען זיצט ביי דין תורה
נעכטן האט מען איינגענימען לאנדאן די אהרונים האבן היינט פארמאכט אלע זייערע מוסדות
די רעבעצינס שול עפענט מען צוריק זייט מען האט געשיקט א בריוו צי אבאמא
די בית החיים האט מען איינגענימען מיט העליקאפטערס

פארפאלן קינדערלעך כל הברוח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו.


תוקן על ידי פאמאגראנט ב- 25/08/2010 02:23:41

ערענסטער » 25/8/2010 02:23

מאנסי

פאמאגראנט » 25/8/2010 02:26

פים מאנסי אין מאנטשעסער רעדט מען נישט דערווייל ווען ס'וועט זיך אויס פעלן וועט מען דריקן א דרוקסארט אז זיי האבן עס
אין שאול פערלשטיין וועט עס פראטקאלירן.

פאמאגראנט » 25/8/2010 02:29

ענדליך איז שוין מקיום געווארן די ברכה פינעם יפו'ער צדיק אז ס'וועט פין דעם אהרן גארנישט בלייבן (עפ"ל )

ראפאגאש » 25/8/2010 05:33

יא! די גאנצע וועלט זעט שוין איין אז ר' זלמן געוועלטיגט אויף אויבן און אינטען און אלע פיר זייטען,

אבער ר' לייבוש???? וואס וועט זיין מיט ר' לייביש. וועט וועט ער שוין אויך איינזען אז דער מן הארץ הדור איז מלך על כל העולם כילו? מבעסוואטער עד קווינס קעמפ,?

אזא צדיק וואו ר' לייביש זאל נישט איינזען אזא פשוטע זאך? וואס קיטשי וואלי ווייסט שוין פון לאנג?

עס מיז זיין אז עס איז עקבתא דמשיחא, קיין אנדערע הסבר איז נישט פארהאן!