איך האב שוין די אינפארמעישן עטליכע טעג איך בין פשוט נישט אנגעקומען עס צו פאסטן, עס האט זיך ארומגעדרייט א צעטל אנטקעגן די אלעמען באקאנטע העפליכע און גיטע סערוויס קאמפעני "מאטי'ס קאר סערוויס" כאילו ער האט געבלאקט די טראק מיט גארבעדזשעס מיטוואך נאכט.
איך בין אנגעקומען צו די סצענע מיטוואך נאכט עטליכע מינוט נאכדעים ווי די מעשה האט זיך אנגעפאנגען, און עס שטעלט זיך ארויס פאר ווער עס וויל וויסן, אז דאס וואס מען האט ארויפגעשמירט א מעשה אויף א אומשילדיגן אינגערמאן איז שוא ושקר,
די טראק איז ארומגעפארן אויף עטליכע גאסן און מען האט געטוהן וואס מען האט געברויכט צו טוהן צו מקיים זיין די מצוה פון כיסוי דם (של נפשות), משה לייב וויטריאל האט געבלאקט די טראק און דער דרייווער זעענדיג אז דער מסור וויל אים כאפן האט ער געגעבן א שפאר צו די טראק, זיך געגעבן א פארק שיפערהייט, און אפגעטראגן פון דארט.
משה לייב נישט זעענדיג ווי ער אנטלויפט האט אים אנגעפאנגען צו זוכן, ער האט געמיינט אז אפשר באהאלט ער זיך אין די בעק פון די טראק, האט ער אים דארט געזוכט, אבער דערווייל זוכט ער אים נאך ביז היינט...
עס איז גלייך געווארן א מצב דארט אויף די גאס (אנטקעגן איבער ר' חיים פריינד'ס באסעס איז דאס געשעהן), עטליכע קאר'ס וואס זענען אריבערגעפארן דעמאלס אויף די שטארק פארנומענע גאס האבן זיך אפגעשטעלט, ווי פארשטייט זיך איז א גרויסע עולם מענטשן זיך צוזאמגעלאפן פון אונזער זייט און פון זייער זייט.
נאכדעים וואס דער דרייווער איז שוין לאנג געווען אנטלאפן איז מאכי גאלדבערגער אויך דורכגעפארן און זיך אפגעשטעלט ארויסקומענדיג פון די קאר, ער איז צוגעגאנגען צו משה לייב (מסתמא קענען זיי זיך) און גערעדט מיט אים אפאר מינוט מיט א העפליכקייט און ידידות, צוויי דריי חברה זייענדיג אויפגעקאכט אויף משה לייב האבן זיך גענומען שרייען "מאכי גאלדבערגער" "מאכי גאלדבערגער", ווי נאר ער האט געהערט אז מען שרייט זיין נאמען האט ער געכאפט הענט און פיס און אוועקגעפארן פון דארט מיט זיין קאר.
ער האט בכלל נישט געבלאקט די טראק, ער האט ניטאמאל געזעהן ווי מען בלאקט די טראק... ער איז אנגעקומען דארט ווען די טראק איז שוין לאנג געווען געבלאקט, און די דרייווער איז שוין לאנג געווען אנטלאפן.
דאס האב איך מברר געווען ביי עטליכע באגלייבטע מענטשן וואס זענען דארט געווען (עס איז נישט געווען דארט צו סאך מער), און איך האב דאס געהערט פון נאך מענטשן וואס האבן דאס מברר געווען, און אויב איינער זאגט אנדערש דעמאלס ווייסט ער נישט וואס עס איז געווען, און וויל זיך זוכן אומשילדיגע מענטשן אויף וועמען זיך אנצולייגן
יא אונז טוען טאקע זיך אנצונעמען פאר אידיש בליט וואס איז ליידער הפקר אין קרית יואל, אבער דאס גיבט אונז נאכנישט די רעכט צו פארגיסן אנדערע אומשילדיג בליט אויף די חשבון, אפילו אויב יענער איז א הייסע ארויני.
מען זוכט אלעמאל אויף וועם אנצולייגן, איך בין גענוג א גרויסע שונא פאר אהרן (און איך האב נאכנישט אין מיין לעבן געזעהן ר' מרדכי גאלדבערגער) אבער איך פיל פאר וויכטיג ארויסצוברענגען דעם אמת, פינטל.

תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 24/08/2010 19:57:39