היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איבער 5000 קינדער אין סאטמאר ווילימסבורג מוסדות

איבער 5000 קינדער אין סאטמאר ווילימסבורג מוסדות

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2821056

ארגינעלער » 24/8/2010 06:24

מיט ארום 450 ניי קינדער צים נייעם יאר וועט די סאטמארע מוסדות אין ווילימאסבורג האבן אריבער 5000 קינדער אין די מוסדות אין די אלע בנינים פארבויעט מען יעצט פרישע חדרים
די ווייט בילדניג איז שוין אויס געוואקסען
אין פאר די מיידל סקול זיכט מען פרישע בנינים.

דעס איז אויסער די ישיבות פאר די בחורים וואס מען רעכנט זיי ציזאם האלט מען ביי אריבער 5500 קינדער אין די מוסדות.

הבדלה_מנין » 24/8/2010 07:10

אינטערסאנט, לעצטע יאר חודש אלול האט עטץ שוין פארקויפט אז די מוסד האט שוין 5000 קינדער (זעה לינק), איז ווען האבן ענק ליגענט געזאגט, פאריאר אדער יעצט??

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2683310&forum_id=16386


יקרבו » 24/8/2010 15:04

נעכטן האט עס געהאלטן די רעגעסטראציע ביי 5275 'ינדער אויפן נייעם יאר כ"י

היראים » 25/8/2010 00:30

ורוח הקודש אומרת...
עס קומט אויס אז קומענדיג יאר גייט סאטמאר פארמאגען אין די 3 גרויסע קהילות פין וומ''ס, ק''י, ב''פ צווישען 17500 אין 19500 תלמידים ותלמידות בליעה''ר (עס איז שווער צו זאגען פאראוס די פינקטליכע ציפער)
דאס איז כולל בלויז בלויז די 3 געגענטער
וומ''ס, די ת''ת וב''ר אין די ישיבה קטנות
קרית יואל, די ת''ת וב''ר די ישיבה קטנה אין די מתיבתא
ב''פ, די ת''ת וב''ר אין די ישיבה קטנה אין ישיבה גדולה

יא! וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ




תוקן על ידי היראים ב- 25/08/2010 01:15:25

apnews » 25/8/2010 00:47

סא עטס זענטס שוין היינט צוטאגס אויך די גרעסטע נישט נאר די בעסטע!

יקרבו » 25/8/2010 01:43

מען האלט ביי ארום 650 כיתה אלף יונגאלך אליינס !!!

apnews » 21/9/2010 21:14

Wow

ווייניגער ווי דריי וואכן אין סאיז געוואקסן מיט נאך 1000 קינדער

מסתם האבן די טאטעס געגעבן 1800 פאר די מקוה אין שוין געזען ישועות



[בילד – נישט אפגעהיט]

מישמאש » 21/9/2010 21:21

ארגינעלער איז אן אלטער ליגנער מען קען אים גארנישט גלייבן

apnews » 21/9/2010 21:31

וואס איז מיט יקרבו?

יקרבו כתב
8/24/2010
נעכטן האט עס געהאלטן די רעגעסטראציע ביי 5275 'ינדער אויפן נייעם יאר כ"י

מישמאש » 21/9/2010 21:36

שוין זעהסט דאך פין יקרבו אז דער ארגינעלער איז א ליגנער

apnews » 21/9/2010 21:38

יקרבו איז מיט 9 שעה שפעטער

וואס קען שטימען מיט ענקער חשבון

מישמאש » 21/9/2010 21:59

כאפסט נישט ארגינעלער האט געטרינקען סוער וואסער אויף וואס חיים יצחק מאנדל איז בעל בית

היראים » 21/9/2010 23:24

יקרבו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען האלט ביי ארום 650 כיתה אלף יונגאלך אליינס !!!
עס האלט שוין ב''ה היבש מער ווי 650 פין כיתה א' אליין'ס, עס גייט זיין קומענדיע יאר  30 אדער קרוב צו 30 כיתה א' אין די 3 ת''ת'ס בליעה''ר

ורוח הקודש אומרת וכו'

תוקן על ידי היראים ב- 21/09/2010 23:26:31


הבדלה_מנין » 2/11/2010 08:50

היסטאריע! טויזענט קינדער צוגעקומען אין איין חודש!

מבינים שאצן אז ביז סוף יאר וועט שוין זיין איבער 10 טויזנט קינדער!

ורוח הקודש אומרת וכו'

[בילד – נישט אפגעהיט]