די אהרונים, די אויסגערופענע שקרנים און ספינער, האבן היינט ווידעראמאל אונז געלערענט א פרק "שקר מה הוא", און אין ליכט פון די געהויבענע און גאר סוקסעספולער מסע המלכות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קיין לאנדאן, האבן זיי געמוזט בארוהיגן די קעלבער מיט ספינס און נארישע פנים אל פנים סטיל וויצלעך, און די קליינע קינדער קענען ווייטער רוהיג שלאפן ווייל ס'איז אויס! ר' זלמן לייב איז א פארגאנגענהייט, דער פשעווארסקער רבי ביינעזאם מיט הרב שלעזינגער זענען אנטלאפן פון לאנדאן, און
ר' אהרן איז צוריק רשכבה"ג.
דאסמאל האבן זיי זיך אבער פארזען, און אין א פריערדיגע שטאפל האבן זיי שוין געמאלדן מיט פאטאס ווי פאלגאנד:
''קענסעלעישאן 2: פון ר' לייבוש'נס שטוב איז געמאלדן געווארן אז ר' לייבוש וועט בלויז קענען פארבלייבן ביז 7 אווענט און וועט זיך נישט משתתף זיין ביים דינער בלויז ארום גיין צו נדיבים אלס אחריות אויף די מקום החינוך פון זיינע קינדער.,,
דאס האבן זיי שוין געשריבן פאריגע וואך, איבער דעם געוואלדיגן דורכפאל וואס האט באנומען די זאליס, ר' לייבוש האט געזאגט לא מיט אן אל"ף, איך בין א אהרוני און כ'וועל מיך נישט לאזן פירן פון ענק.
אבער דאס ביטערע האט פאסירט, דער סאטמארער רבי איז אנגעקומען אויף לאנדאן, און די גאנצע שטאט איז געווען עדות דערצו אז די צוויי גדולי הדור דער סאטמארער רבי און דער פשעווארסקער רבי זענען ארומגעגאנגען פאר עטליכע שעות האנט ביי האנט נאך געלט פארן בית רחל אין אנטווערפן. און דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' לייבוש האט דאס יאר ווינטער באזוכט ביי ר' אהרן, און ער איז שוין געווארן אויס זאלי, ווערט דאך דער אהרונישער זייפן בלאז אויס, וואס טוט מען? קומען די חכמים, די פנים אל פנים שרייבער, און פייערן מיט זיג אז ר' לייבוש איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר אנטלאפן פון לאנדאן...
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון, מיט פיר אדער אפילו מיט זעקס אשכולות ווערט נישט דער קידוש השם פון דעם מסע המלכות פארמינערט א טראפ. און אויב ווילט איר שפייזן אייערע קעלבער זיי זאלן קענען צוריק איינזינקן דאס פנים אין זאמד, גיט אבער אבאכט אז די קומענדיגער מאל זאל דער ספין נישט צופאלן ווי עס האט פאסירט דאסמאל ווען עפעס א אומאחריותדיגער שרייבער ענקערער האט שוין די פאריגע וואך געשריבן אז ר' לייבוש קומט נישט, און דאך האט ר' זלמן לייב נישט געשפירט פאר וויכטיג צו קענסלן זיין נסיעה.
בור כרה ויחפרהו!
נ.ב. אין אמתן וואלט דער גאנצער אשכול נישט אויסגעפעלט, ווארום יעדער קען זיך אליין איבערצייגן אז די קללות און דעפרעסיע אין יענעם לאגער איז אויף א גאר הויעכער לעוועל, ווי די אשכולות דארט זייערע צייגן, אבער עס איז בלויז געווען אינטערעסאנט צו באמערקן ווי זיי זענען זיך אליינס סותר מיט זייערע געבעקסן. וממנו תלמדו על השאר...