ווער איז דאס דער ר' 'אהרן'?
(איך שרייב נישט דעם אשכול בכדי אריין צו גיין און וויכוחים וועגן תו"א - תוא"י, נישט דאס איז דער נושא – עוד חזון למועד, - דער נושא דא איז אזוי וויא איר וועט ליינען – ביטע נישט אריין ברענגען זאכן וואס איז נישט מן העניין)
הרה"ק ר' אהרן ראטה זצוק"ל, בעל מחבר ספר 'שומר אמונים' – 'שולחן הטהור' און נאך, דער בעל שומר אמונים האט מייסד געוועהן זיין חבורה לכתחילה אין די שטאט 'סאטמאר', וועגן געוויסע סיבות האט ער זיך אריבער געצויגן קיין 'בערגסאז'.
דער בעל שומר אמונים האט געהאט גרויסע תלמידים – רבנים, אדמורים, ראשי ישיבות א.ד.ג. וואס רובו דרובו זענען ליידער פארברענט געווארן ביי די דייטשע גאזקאמערן, דא איז נישט דער פלאץ זיי אויס צו רעכענען.
איינער פון זיינע גרויסע תלמידים נאך פון שטאט סאטמאר – איז געוועהן הרה"ק ר' אברהם יצחק קאהן זצוק"ל – מבחירי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל, וואס האט אים אויסגעקליבן אלס איידים – פאר בתו היחידה.
אין יאהר תרפ"ח האט דער בעל שומרי אמונים אויפגעשטעלט זיין חבורה אין ארה"ק, אפאהר יאהר ארום איז ער צוריק געפארן קיין אונגערין – בערגסאז.
ווען די מלחמה האט אויסגעפלאצט אין אונגערין, האט זיך דער בעל שומרי אמונים גאשאפט די נויטיגע פאפירן, און געפארן צוריק קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין משפחה, זיין איידעם – טאכטער, און זיין בן יחיד ר' אברהם חיים ראטה שליט"א – היינטיגער שומרי אמונים רבי.
דער בעל שומרי אמונים איז געוועהן אגרויסער בעל יסורים", ו' ניסן תש"ז האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה – ער איז אלט געוועהן אינגאנצן 52 יאהר.
דער בעל שומרי אמונים האט געלאזט צוואה, אז דער ציבור זאל בוחר דעם ממלא מקום, און וויא פארשטענדליך האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – ר' א.י. קאהן זצ"ל, כאטש דער בעל שומר אמונים האט איבער געלאזט אין איינצלען בן יחיד – האט דער ציבור בוחר געוועהן אין דעם איידעם – און נישט און דעם זוהן.
די גאנצע 'חבורת שומר אמונים' האט געציילט ביי די 60 מענטשן כולל בחורים.
אשטיק צייט ארום, האט זיך דער זוהן ר' אברהם חיים אויך דערמאנט אין די רעביסטעווע, און האט אנגעויבן צו פארפירן – הלמאי, ער איז דער יורש יחיד, אבער דער עוילם האט זיך נישט קיין סאך צוויסען געמאכט.
דער בית המדרש איז געוועהן זייער אקליין שטח, עס האט נישט געקענט האלטן מער וויא 4-5 מנינים, האט מען געדארפט זוכען א גרעסערן פלאץ, האט מען דעמלטס געטראפן א גוטן פלאץ אויף רחוב 'עונג שבת' אין מאה שערים (היינצוטאג דער ביהמ"ד הגדול פון תולדות אברהם יצחק), למעשה האט מען איבער געלאזט דעם האלטן ביהמ"ד פארן זוהן ר' אברהם חיים, דער תו"א האט געגרינדענט דעם ישיבה "תולדות אהרן" – עס האט למעשה געהייסן אזוי 'ישיבת תולדות אהרן – שע"י חבורת שומר אמונים'.
דער תו"א רבי האט זיך כמעט אלע זיינע יאהרן צוזאם געליטן, פון כל מיני עלעמענטן, אין נישט אינטערעסאנט אריין צו גיין אין יעדן פרט ופרט.
מיט די צייט איז תו"א געווארן די גרעסטע היימישע קהילה בארץ הקודש, און איז פארשטענדליך געגאנגען מיט די שיטה"ק פון רביה"ק מסאטמער – ע"פ הנהגתו פון בחיר תלמידיו רביה"ק מתו"א זצוק"ל, תולדות אהרן איז געווארן דער ריקען ביין פון די העדה החרדית, תולדות איז געווארן די הולכים בראש המחנה – ביי אלע מערכות וואס די העדה החרדית האט אונטער גענומען, אין תולדות אהרן איז געוועהן – אין איז נאך עד היום הזה די איינציגע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל – וויא רובו דרובו פונעם עולם נעמען נישט קיין 'ביטוח לאומי' =Social Security.
עס איז גאר פארשטענדליך, אז פאר די אויגן פון די ארומיגע אין ארץ הקודש, דאס - אז פאר זייערע אויגן שפארצט דא ארויס א אימפעריע – ממש ה 'יש מאין' – עס האט קיינמאהל פאר תולדות אהרן נישט געפעלט קיין אומפארגינערס – סיי ביי די היימישע – און סיי בי די ווייניגער היימישע.
וויא הויבן דערמאנט, איז תולדות אהרן געוועהן די הולכים בראש המחנה ביי די אלע מערכות פון די העדה החרדית – להוציא די מערכות וואס עס פלעגן פירען כל שני וחמישי – די אזוי גערופענע מחוצפים די 'נטורי קרתא' היינטיגע 'סיקריקים', וואס האבן שטענדיג געמאכט שבת פאר זיך – אהן קיין שום דעת תורה – און אהן צו זיין אונטערגעוארפן צו קיין שום בי"ד – רב – דיין – אדער רבי.
זיי האבן זיך ביי קיין שום מערכה פון די העדה החרדית נישט משתתף געוועהן, זיי זענען ארויס אנטקעגען דעם הייליגן סאטמאר רב (דבר"י – ויא"מ) – ווען אין תשכ"ז האבן זיי אויס גערופען אויף אים 'רבינו סר מהדרך' עפ"ל.
זיי האבן געפירט א ביטערן קאמף קעגן דעם סאטמער רב זצ"ל – ווען ער האט געהייסן ברענגען דעם גאון בעל 'מנחת יצחק' אלס ראש בית דין פאר די העדה החרדית.
קיינמאהל זיך נישט משתתף געוועהן ביי קיין שום מערכות וואס די העדה"ח האט געפירט.
ביי קיין שום קבלת פנים וואס מען האט געמאכט פאר רביה"ק ה'ברך משה' זצ"ל, נישט גענומען קיין באטיילונג.
און צוויי ווערטער – ווייט פון סאטמאר – ווייט פון די העדה החרדית – ווייט פון אלע מערכות למען קודשי ישראל.
וואס האבן זיי יא געאהט – א פעידער מיט פאפיר – שטענדיג געדרוקט די ארגסטע פאטשקעווילן, קעגן דעם סאטמער רב (דבר"י – ויא"מ), קעגן דעם ברך משה, קעגן דעם מנחת יצחק, קעגן דעם בית דין פון די העדה החרדית, וויא אויך קעגן דעם הייליגן תו"א רבי'ן זי"ע
תולדות אהרן בהנהגות דעם תו"א רבי'ן זצ"ל – זענען אויך געוועהן בראש ההולכים קעגן האט די מחוצפים, אהן קיין פחד און מורא, נישט איינמאהל – און מער וויא צווי מאהל, האט דער תו"א רבי זי"ע, ארויס געשליידערט חסידים פון זיין קהילה – ווייל זיי האבן זיך משתתף געוועהן מיט די אויבנדערמאנטע מחוצפים – דו 'נטורי קרתא' – וויא פארשטענדליך פלעגן זיי אים שטענדיג באשמוצן, אויף רעכטס און לינקס, אז ער איז ווייט פון קנאות – איו נויגט צו לינקס – א.ד.ג. – אבער וויא דו היסטארי לערנט אונז – ווייסן מיר אלע, וויא שטארק קנאי – דער הייליגער תו"א רבי איז געוועהן.
דער תו"א רבי זי"ע, האט געלערנט זיינע תלמידים וחסידים, אז מען דארף זיך מתבדל זיין במציאות – און נישט מהשפה ולחוץ פון די ציונים, דער תו"א רבי האט געזאגט אז זיינע אמתע חסידים גייען נישט צום 'כותל המערבי' – דער תולדות אהרן רבי – האט שטענדיג מיט געהאלטן די מערכות פון די העדה החרדית.
מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע – איז מפעם לפעם געגאנגען אויף א פארטש ווייט אקעגן איבער דעם כותל המערבי – איז ער נישט געווארן לינק געשטומט – דער תו"א רבי זי"ע – האט שוין געזאגט גלייך נאך די ששת הימים מלחמה - נאך בעפאר ער האט געהערט פון דעם הייליגן סאטמער רב זי"ע, אז לכאורה וועלן היימישע הערליכע יודען נישט קענען גיין צום כותל המערבי.
מיט דעם וואס דער תו"א רבי האט ארויס געווארפן פון זיין קהילה שטיינער ווארפער אויף די ציוניסטישע פאליס – איז ער נאך נישט געווארן לינק – ווייל צו ווארפן א שטיין 'יש בו כדי להמית', פלעגט ער זאגן.
מיט דעם וואס דער תו"א רבי זי"ע האט נישט געלאזט טשעפענען דעם רב פון די ציוניסטישע ארמיי 'דער רב הראשי לצהל' – דער טרויער ברומטער רב גורן – ווען ער פלעגט מפעם לפעם אריינשפאנצירן און תו"א ביהמ"ד – איז ער נישט געווארן לינק – ער האט זיך אויף געפירט וויא א נארמאלער מענטש (דאס איז געוועהן פאר די פרשה פון התרת ממזרים).
מיט דעם וואס דער תולדות אהרן רבי, האט נישט געלאזט זיינע בחורים - אינגעלייט מיט האלטן די צולאזטע הפגנות פון די מיסטוואפערס – שטיינערוואפערס – און גארבידזטש צונדערס, איז ער נישט לינק געשטומט.
כל מה שקרה ליעקב – קרה ליוסף
המשך יבוא