היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יעשיווע אף קעי דזעי צייכענט אפ סוקסעספולע זומער

יעשיווע אף קעי דזעי צייכענט אפ סוקסעספולע זומער

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2820450

zibala » 22/8/2010 08:15

ככלות שנת תש"ע לפ"ק צייכנט די באוויסטע יוניווערסיטעט על קברו א סוקסעספולע שולע פעריאד

מאנכע זאגן אז ס'איז א בחינה פון החזרת עטרה ליושנה,

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א גרויס טאראראם אז מ'גייט פיקסן די יעשיווע, מ'גייט עס צוברעכן אויף פארשידענע פארטס און צוריק אופיבויען פון דאסניי,

אז איר וועט אוודאי פרעגן וואס האט האט אויסגעפעלט צופיקסן?, איז אזוי,

צובראכן מיינט אז מ'קריגט זיך פון דערינען, דהיינו די פאליציי פלעגט זיין א אפטער גאסט אינעם יעשיווע צו מאבן ארדענונג צווישן א לערער אין א סטודענט אדער צווישן די סטודענטן זעלבסט,
ווי עס געדענקט געוויס א יעדער, אז בילדינגס פלעגן ברענען קלעפ פלעגן פליען הקיצור די יוניווערסיטי האט געברענגט גרויס נחת פאר די קעלבישע עלטערן וואס האבן מקריב געווען זייערע קינדער פארן זבל אהרן,

אבער אויסער די גרעניצן פונעם יעשיווע קעמפוס איז געווען פארהעלטענמעסיג שטיל, די שטעטל איז געווע רואיג וויזוי דער פסוק זאגט, "דדא איז שטיל"

הקיצור אנפאנג שנת הלמודים תש"ע, נאכן ריעלייזן אז די צאל שטודענטן שרינקן איין יערליך בעת די ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג איז מוסף והולך, איז מען געקומען אויף די החלטה אז דאס איז משום די אינערליכע געפעכטן אינעם יעשיווע קעמפוס, די הנהלה האט פארגעשטעלט א געניאלן פלאן אז מ'וועט אפטיילן די יארגאנג'ס אין מ'וועט ארויס ברענגען די סטודענטן אויף די שטעטלישע גאסן,

קרית יואל'ע איינוואונער האבן זיך אויפגעוועקט צו א אלט-נייעם ריאליטעט, מחנות יונגאטשעס לויפן נאך יונגע ווייבלעך אין שרייען זונה, בילדער קורסירן אין די קארידארן פון די פרישע פארפעלקער, מיט אלע דעטאלן, לאנגע רייעס מיט בחורים ווארטן אויף זייער נעקסט ביים טעלעפאן צו קענען טעלעפאנירן דרייע אויפדערנאכט א שנה ראשונה פרוי, און זיך איינטענהן מיט איר צו שוין גיין איבער מאכן די קידושין ווייל זי טאר נישט וואונען מיט איר מאן,א.א.וו.

די נעכט אין שטעטל זענען ווי טאג פאר די מתמידים און שטאט, געמיינע פאשקעווילן קעגן יעדן רב אדער דיין וואס האט די העזה צוטראכטן אנדערש פונעם זבלי אהרן ובית דינו בצ"ל וגצ"ל, אנגעפירקעלטע פלויטן מיט געמיינע גראפיטישע לאזונגען, עמערס מיט פעינט ווערן אויסגעשאטן אויף אויטאמאבילן פון מחותנים, פאמי קאלס צו גדולי רבני העיר,

די גאר גרויסע מצוינים (ווי דער בלאט גלייכט זיי אנצורופן) ווערן מכובד צו ברעכן שויבן פון בתי מדרשים אין שטאט, גרעבערע מצוינים לאזן זיך ארויס אויף לאנג דיסטענס רייזעס ביז די הרי הקעטסקילס צו ווארפן שמוציגע פלוגבלעטליך אויף אומשולדיגע פארפעלקער,

די קלימאקס איז געווען די וואך שבת, די סטודענטן האבן זיך מחמם געווען לאור הזבל פרייטיג צונאכטס נאכן געהויבענעם טיש ווען דער בעל פעור האט במתיקת געזינגען דעם קה אכסוף, האבן זיך די כוליגאנעס ארויסגעלאזט אויף א וויכטיגע מיסיע, מ'האט זיך געשטעלט אפווארטן א פארפאלק און באגלייט אהיים מיט מיאוסע געמיינע שוחרישע לאזונגען, א גויאישע דורך פארער וואס האט געזעהן דעם ספעקטאהל ווי דריי הונדערט בחורי חמד ראיאטירן אנטקעגן פרידליכע דורך גייער האט אנגערופן די פאליציי, וואס זענען גלייך געקומען און אריינגעשליידערט א באוויסטע מצויין וואס איז נאר פערצופאל דארט געווען, אן אייניקעל פונעם ראש המסוקאוויס נח גפן.

הקיצור די יעשיווע האט געהאט איר תכלית, עס איז צום האפן אז אלע חשובע דעקליך וועלן שוין ענדליך איינזעהן אז מ'קען שוין שיקן דא די קינדער, סססס איז שששוין וווייטטטער ששטיל....
בקיצור די יעיווע האט פיינעלי געהאט איר תכלית

חסיד_152 » 22/8/2010 10:12

פאר די אהרונים איז דער זמן לכאורה א טויט קלאפ פון די ערשטע קלאס, דא האבן זיי אריינגעלייט לייב און לעבן אראפצונעמען דעם שמוציגן נאמען וואס די מאנרא ישיבה האט אויף זיך, מ'האט צוטיילט די ישיבה אויף מערערע חלקים, פלאצירט אין עקסטרע בנינים. אבער עס גייט זיי נישט. דעם זמן זענען עפעס די בחורים געווען קע"ה צולאזט אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, און פאר די גאס קען מען נישט מסביר זיין אז דאס איז נאר איין חלק פון די ישיבה, די אנדערע איז יא וואויל, מ'באקומט אגאנצן צייט גריסן אז די ישיבה בחורים פארפירן ארום אין שטעטל בלייבט דער שמוציגער נאמען אויף די גאנצע ישיבה.

דער_אקס » 22/8/2010 17:05

זיי נישט אזוי ציקלאפט ווייל פאר דעם יונגערמאן אין די אנדערע האט זיך עס גאר געלויט זיי ווארט קוים אויף נאך פאשקווילן מיט נאכשרייען לא אלמן ישראל די לעצטע פאר וואכן האבן אפאר בארימטע נדבנים אין גבירים געשיקט שיינע סומעס געלט פאר יעדע קאפעל וואס די מנובלים שרייען נאך אדער ווארפן פאשקאווילן נעכטען נאכט האט א איד א נדיב ארויף געטראגן פאר דעם אינדערמאן איך וויל נישט זאגן קיין פונקטליכע סכום אבער מער ווי עשרת אלפים ממילא זאלן זיך נישט די מנובלים מיט זייערע הויפן ר' געציל וכת דילה מיינען אז זיי טיען דא איינעם אפ גייטס אן פין פארסט די אינגערמאן מיט די אנדערע דארפן די שיינע סומעס געלט

zibala » 22/8/2010 20:59

ביטע נישט פארדרייען די נושא

וכאן הקריאה יוצא וער עס האט בילדער און דאקומענטן פון די מצויינים היוצאים לצבא זאל עס דא פאסטן

kj1234 » 22/8/2010 21:42

לויט ווי משמיסט האט די פאטראל פין די אליינס געכאפט ווידיא מדארף עס פארשפן אין ארויף לייגן דא

zibala » 24/8/2010 07:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

די פאליציי פארנעמט דאס פאסטן פון די משגיחים פון דעם טיער גארטן
ווינטער אין יעשיווע

zibala » 24/8/2010 07:05

[בילד – נישט אפגעהיט]

א מצויין האט איינגעדרימעלט מיטן לעכטל אויפן גמרא...

zibala » 24/8/2010 07:13

מענדעלע (איר געדענקט איהם זאך? היינט הייסט ער פריינטליך... וכדומה) מעלדט פרייליכער הייט איבער די מעכטיגע ריארגענעזירונג פון די יונעווערסיטי

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2683365&forum_id=20420

zibala » 24/8/2010 07:17

רעב יענקל באריכט וזה לשון  קדשו:
 "ב''ה זייט מ'האט דעם זמן איבערגפרישט די מתיבתא איז די גאנצע מערכה ממילא בטול געווארען" עכל"ק

 http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2753186&forum_id=16386

 -----
א פלאג מיט סקאנדאלן און רעזיגנאציעס פון דעם קארופטירטן אנטשטאלט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2599239&forum_id=20420



תוקן על ידי zibala ב- 24/08/2010 07:51:57

zibala » 24/8/2010 07:39

[בילד – נישט אפגעהיט] 
ווארענונג פאר די מצויינים - א יעדע כתה מיז מאכן א הפרשה והבדלה אז נישט וועט מען איהם גלייך פארשיקן צו שטויסן ווייבלעך אין די קרית יואלע גאסן


[בילד – נישט אפגעהיט]
היכל ראזענבערג ווערט ל"ע פארוואנדעלט אין א קרעטשמע פאר די מצויני קעי דזשעי
[בילד – נישט אפגעהיט]

טרעפ צו: וועלכע יעשיווע אויפן כדור העולם שיקט לויער צעטליך פאר זייערע מצויינעמליך (דאס איז פון 08' פאר מ'איז אויפגעקומען אז מ 'קען זיי שיקן שרייען זונה אויף די קרית יואלע גאסן

תוקן על ידי zibala ב- 24/08/2010 07:47:58

אייזענבאך » 24/8/2010 08:12

חסיד_152 » 24/8/2010 08:59

זיבעלע! געוואלדיג, ברענג נאך!

SatmarNews » 24/8/2010 18:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

געכאפטער1 » 25/8/2010 07:27

די פאריגע בילדער איז געווען דאכט זיך ווען די בחורים האבן געווארפן אייער אויף די או.ענד.אר. ארבעטער ווען זיי האבן אראפגעפליקט די לעקטערס וואס די "דערהויבענע מצויינים" האבן אויפגעהאנגען

אגב, משה לייב איז די גאנצע צייט דעמאלס געשטאנען אין די זייט ווען די בחורי חמד מתמידים וואס נעמען נישט אוועק די קאפ פון די גמרא האבן געווארפן אייער אויף די ארבעטער, נאר ווען זיי האבן גערופן פאליציי, איז ער געלאפן שתדל'ן אז מען זאל זיי צוריה לאזן און נישט ארעסטירן.

zibala » 27/8/2010 18:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

zibala » 27/8/2010 20:02

[בילד – נישט אפגעהיט]  

שאדן געמאכט די נייע קאר פון הרה"ח ר' יצחק שרוגא שליט"א דער בעל השמחה פון די 3טע חתונה

zibala » 27/8/2010 20:06

[בילד – נישט אפגעהיט]
גראפיטי אויף די וואנט פון בית המדרש עטרת זקנים בקרית יואל

חסיד_152 » 28/8/2010 01:39

דער ר' אהרן טייטלבוים האט דאך געטון דעם טעות פון לעבן מיטן צוריק אנהייבן דעם קאמף מיט די רעבעצינס מענטשן. די לעצטע צען יאר איז באמת געווען היבש שטיל אין קרית יואל, זייט מ'האט דעם אינגערן ברודער אויפגענומען אלס רב אין וויליאמסבורג זענען רוב פון די געשלעגן פארגעקומען אין וויליאמסבורג, און אין קרית יואל איז געווען פארהעלטמעסיג רוהיג.
 
דער בעבי איז אבער נישט געווען צופרידן, און ער האט באשלאסן צו גיין אין קאמף מיט די רעבעצינס מענטשן, וואס זייט דעמאלס איז קרית יואל ממש א שלאכטפעלד! ער האט מקריב געווען זיין גאנצע ישיבה אויפן מזבח פון הריגות און ראיאטן, די ישיבה וואס מ'ארבעט אזוי שווער אביסל צו הייבן איר פרעסטידזש איז צוריקגעפאלן אויף א נידריגע שטאפל ווי די אמאליגע יארן. ווי מ'קען זען אין דעם אשכול אליינס און אין נאך צענדליגער אשכולות וואספארא מעשים די בחורים האבן אלץ אפגעטוהן דאס יאר אליינס.
 
מיר וואונטשן פאר ר' אהרן אסאך הצלחה אויף דעם נייעם גאנג, און מיר טוען אים קאנגראטאלירן פארן צוריק נעמען די ישיבה בחורים אלץ "פאליציי פון שטעטל" און מיר האפן אז עס וועט זיך מערן סאלדאטן למען כבוד הסבלנות הנבזה.

פריינדליך » 29/8/2010 06:25

איך פארשטיי נישט. דערווייל האב איך געזען נאר 3 בילדער וואס זענען פון דעם יאר 1)אז יונגערע בחורים זאלן נישט זיין ביי שיעור ג' 2) סרוגא'ס קאר 3)זקנים. וואס פשט פון לייגן בילדער פון 2 אדער 3 יאר צוריק און לייגן אויף דעם יאר??? ווייזט דאס נישט אז עס איז נאר אפציוואשן די אייגענע שמוץ??

zibala » 29/8/2010 19:22

טאקע נישט קיין יושר... 2-3 יאר צוריק איז דאך משה גבאי געווען ראש יעשיווע

zibala » 29/8/2010 19:27

[בילד – נישט אפגעהיט]
צעירי המערכה במלאכת הקודש שנת תש"ע

[בילד – נישט אפגעהיט]
קעי דזשעי מצוייני טאליבאני שומרי העיר תש"ע

[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס שפיגעלע פונעם קיווראו יעשיווע,  ראש המערכה לבזות רבני קרית יואל תש"ע








תוקן על ידי zibala ב- 29/08/2010 19:34:26

פריינדליך » 29/8/2010 19:34

דו כאפסט נישט מיין פוינט. דו ווילסט ארויסברענגען אז די ישיבה איז דאס יאר גארנישט בעסער ווי פאראיאר. און די טיילונג איז א דורכפאל. האסטו געברענגט אלטע בילדער דאס צו אויפווייזן. איז דאס נארמאל?? וויל איך וויסן וואספארא נגיעות די האסט צו באשמוצן די ישיבה. פארשטאנען???

zibala » 29/8/2010 19:44

פארשטייסט נישט?? כ'וועל דיר מסביר זיין!
אז איך ברענג בילדער פון פאראיאר מיט בילדער פון היי יאר וועט דער עולם קענען קאמפערן אויב היי יאר איז בעסער אדער ערגער, בסוף האשכול וועלמער קענען מאכן אן אנקעטע וירא הקהל וישפוט.



תוקן על ידי zibala ב- 29/08/2010 19:54:55

zibala » 29/8/2010 19:52

[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאריגע טעראר - מצוייני קעי דזשעי בסוגיא דהצובע

[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאריגע טעראר - מצוייני שומרי משמרת הקודש

[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאריגע טעראר - ע"י מצוייני KJ

[בילד – נישט אפגעהיט]
לעצט יאריגע טעראר,

zibala » 29/8/2010 20:01

[בילד – נישט אפגעהיט]
המצויין הסמבטיון - מקבל פרס זורק אבנים העולמי תש"ע -


תוקן על ידי zibala ב- 29/08/2010 20:03:16

קעציל » 1/9/2010 07:52

איינער האט א בילד פינעם הויעכער שווארצע יעקב הערש פריעדמאן (דער זין פון ר' מאיר זאב) ווי ער זיצט מיט זיין סעלפאן אין ישיבה?

פריינדליך » 1/9/2010 08:58

העי! איך האב געמיינט אז דו האסט! נעקסט טיים זאג נישט אז דו האסט ווען דו האסט נישט...

zibala » 19/12/2010 19:46

הנהלת קהילתם (בני סאשע) רופן אן די מצוינים "יונגע אומפאראנטווארטליכע"
[בילד – נישט אפגעהיט]  


zibala » 19/12/2010 20:09

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו כאפסט נישט מיין פוינט. דו ווילסט ארויסברענגען אז די ישיבה איז דאס יאר גארנישט בעסער ווי פאראיאר. און די טיילונג איז א דורכפאל. האסטו געברענגט אלטע בילדער דאס צו אויפווייזן. איז דאס נארמאל?? וויל איך וויסן וואספארא נגיעות די האסט צו באשמוצן די ישיבה. פארשטאנען???


רבותי!

עימיצער קען ענטפערן פריינדליך אויב די יעשיווע איז בעסער געווארן מיט די טיילונג???? וואלענטירן דרינגענד געזוכט...

SatmarNews » 20/12/2010 04:06

די צויושעטע סטודענטן האבן נעכטן נאכאמאל געמאכט א פייער (כדרכם בקודש) לכבוד וואס זייער מנהל עקשטיין האט ארויסגעטראסקעט צוויי בחורים פאר ... וד"ל

zibala » 31/7/2011 20:29

zibala » 31/7/2011 20:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

zibala » 31/7/2011 20:32

[בילד – נישט אפגעהיט]

הדלקה » 31/7/2011 21:20

האט איינער א אנונג וואס גייט פאר לעצטענס אין די על קברו ישבה? עפעס ערענסט דארף לכאורה דארט פארגיין אז זיי פרובירען צו פארדעקן זייערע שמוץ מיט בילדער פון אויסגעגאסענע גארביזש בעגס..