די אהרוינם פראבירן נעבעך אריינצולערנען אין מיינע ווערטער כאילו איך האב געשריבן אז די תולדות אהרן חסידים זענען צולאזטע חיות.
איך וויל קלאר מאכן מיין דעה אויף דעם נושא.
דער תולדות אהרן רבי איז פון די חשוב'סטע רבי'ס בדורינו, א מתמיד עצום נישט פון היינט. ער איז שוין געווען א מתמיד אסאך יאר פאר עס האט זיך פאר סיי וועם אנגעהויבן דמיונ'ען וועגן רביסטעווע בכלל, ער איז שוין א מתמיד פןו אלס בחור אין ישיבה דורכאויס אלע זיינע אינגע יארן ביז היינט.
ער איז א געוואלדיגער קנאי אפילו עס דמיונט זיך פאר סיי וועם אז ער איז נישט. די שמועות כאילו דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער קומט פון תולדות אברהם יצחק און פון די אהרוינים. די גרעסטע הוכחה אויף דעם איז די פאקט אז כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א וועלכער איז אליינס א קנאי און דער רבי פון די צווייט גרעסטער קהלה אין די עדה החרדית האט זיך צוגעשטעלט צום תולדות אהרן רבי מיטן גאנצן קראפט.
דער דושינסקי רבי האט גארנישט קעגן תולדות אברהם יצחק און אויך גארנישט מיט די סאטמארע פאליטיק. טאקע דער דושינסקי רבי איז די וואך פרייטיג צונאכטס אנגעקומען צום טיש פון תולדות אהרן רבי שליט"א און איז געזעצן דארט כעבדא קמי מרא, אלס צו צייגן אז ער שטיצט הונדערט פראצענט דעם תולדות אהרן רבי אפגעזען וואס די קנאים פון נטורי קרתא און די צורידערטע חיות פון די אהרוינים זאגן!
יעדער פארשטייט אז עס איז א פלאפ ווען מען פירט אן א אקציע פון זיך אריינברעכן צו יענעם און צום סוף טרעפט מען גארניש... מיט דעם נקודה זענען די תולדות אהרן חסידים און די אהרוינים אייניג. ביי די תולדות אהרן חסידים האט דאס פאסירט יעצט א ערשטע מאל און ביי די אהרוינים גייט דאס שוין אן זייט פארמעגליך שרייבט. יעדע שטיק צייט ברעכן זיי אן די ביינער פאר א צווייטן פארמעגליך...
דער תולדות אהרן רבי איז א דבר העומד מאיליו, ער איז געוואלדיג חשוב פאר זיך, ער דארף נישט אנקומען צו קיינעם אין גארנישט, ער פירט א הערליכע קהלה פון הונדערטער מעמבער'ס. די פאקט איז אז מיט ר' אהרן האט ער קיין שום שייכות משא"כ מיט ר' זלמן לייב איז ער זייער בידידות. ווען דער תולדות אהרן רבי קומט אויף וו"ב אויף שבת דאווענט ער פרייטאג צונאכטס ביי ר' זלמן לייב.
און צו דיר זיסקייט, איך פארשטיי דיין דערביטערניש קעגן די מערכה וואס די אהרוינם פירן מיט תולדות אהרן, באשולדיגן קענסטו אבער נאר איינם, דהיינו דיין רבי אליינס. ער איז דער וואס שטייט אין שפיץ, די אחריות איז זיינ'ס, ער האט זיך נעבעך איינגערעדט אז ער לעבט נאך פאר נ"ט און על פיו יצא ועל פיו יבואו, ער האט זיך איינגערעדט אז אן אים וועט תולדות אהרן אינטערגיין, יעצט איז שוין אביסל צו שפעט. אדרבה פראביר, כאפ זיך אריבער צו דיין רבי און זיי אים מסביר די טפשות וואס ליגט אין א מלחמה קעגן תולדות אהרן.