היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שוידערליכע מסירה פון מ.ל. וויטריאל

שוידערליכע מסירה פון מ.ל. וויטריאל

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2819973

געכאפטער1 » 20/8/2010 01:11

נעכטן האבן זיך עטליכע עסקנים מאנ"ש ארומגעדרייט אינמיטן די נאכט מיט די קאר'ס צו זוכן ווער עס ווארפט די פאשקווילן, האט משה לייב וויטריאל זיך ארומגעדרייט פארסאפעטער זייענדיג זיי חושד אז זיי ווארפן די גארבעדזשעס, ער האט אראפגעברענגט די פאליציי און זיי געשטעלט אויף א הויכע אלערט.

ווען איינער פון די גדולי העסקנים זענען אדורך געפארן דעם שייגעץ וויטריאל וואס איז געשטענען צוזאמען מיט א טרופער אויף קוויקוועי רד. האט דער שייגעץ וויטריאל געהייסן די פאליציי אים שנעל צו כאפן "ווייל ער האט געוואלט איבערפארן צוויי בחורים" נישט מער און נישט ווייניגער

די פאליציי האט אפגעשטעלט דעם אינגערמאן ווי א פארברעכער אויף ווען ביורען "היתכן ער האט געוואלט איבערפארן צוויי בחורים"

נאכ'ן אויספארשן אים מיט נאך אינגעלייט וואס זענען דארט געווען האבן זיי באקומען קלאר די גאנצע פיקטשער, זיי האבן איינגעזעהן אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א בלבול פון דעם שייגעץ מסור וויטריאל, אינאיינוועגס האבן שוין די אינגעלייט מיט נאך וואס זענען צוגעקומען געשמועסט אביסל מיט די פאליציי, צווישן אנדערע האט מען מסביר געווען אז מען ווארפט שוין אפאר חדשים פאשקווילן און עס איז גארנישט געטוהן געווארן קעגן דעם און יעצט איין נאכט מען ווארפט גארבעדזש איז משה לייב ווילד,

מען האט ארויסגעברענגט אז עס איז בעצם נישט קיין גערעכטע זאך צו ווארפן גארבעדזשעס אבער אזוי קוקט עס אויס ווען די שטאט איז "לאו לעס" דאס מיינט א שטאט אן א געזעץ, אז ווער עס שטעלט זיך צו צו די ארוינישע שקצים לאזט מען טוהן אלעס אין דער וועלט, אלע סארט רשעות מיט פאשקווילן געווארפעכטס, און ווער עס איז נישט פון די שקצישע ארוינישע פארטיי קומט גלייך מסור וויטריאל צו איבערדרייען די שטאט.

אינמיטן שמועסן מיט די פאליציי זענען אנגעקומען צוויי הצלה מעמבער'ס הרה"ח ר' שמעון ליבערמאן ני"ו (מאנ"ש) מיט נאך א הצלה מעמבער אן ארויני וואס משה לייב האט מיט זיין טפשות און רשעות געפילט פאר וויכטיג אויפצווועקן אינמיטן די נאכט אז דער חשוב'ע עסקן האט נישט מער און נישט ווייניגער איבערגעפארן די צוויי בחורים און זייערע פיס זענען געווען געשוואלן פון די עקסידענט.... שומו שמים

ער איז א מסור וואס מורידין ולא מעלין, מען דארף זיך מיט זיי אומגיין אזוי ווי מיט מוסרים, ארויפגיין ביז די פעדעראל קארט אריינצוגעבן א דיסקרימינעשן קלאגע קעגן די ווילידזש ביז דאס וועט ווערן אויפגעלעזט צוזאמען מיט דעם שוידערליכען מסור וויטריאל

שלעק » 20/8/2010 01:14

ווי זאגן די חלה דעקלעך? מסירה איז דאך די גרעסטע מצווה!!!!

פריינדליך » 20/8/2010 16:32

יוסל וואלדמאן איז עפעס הונטערשטעליג??? שוין 25 יאר וואס ער מסרט יודן

onlyemas » 20/8/2010 19:03

מיין ברודער וואס לערנט און ישיבה האט מיר פארציילט אז פארגאנגענעם מוצ"ש זענען די מוסרים וואלנער און טירנוער זיך געקומען רייצן מיט די בחורים אויף בארדיטשוב רד. און פראבירט צו מאכן בילדער א גרופע בחורים זענען פונקט דעלמאטס צוריק געקומען פון א מ"מ ביי א מג"ש אונדערהיים איינער פון די בחורים איינער אשכנזי (בד"וו א אייניקל פון ת"א רבי שליט"א) א תמימות'דיגער זיך אויסגעדרייט צום קעמרע נישט וויסענדיג אז די זיכן צו שעדיגן איינעם (אויב געדענקט איר די נאטור פון א בחור איז ווען ער זעט א קעמרע סתם אזוי שטעלט מען זיך צו) און די מוסרים האבן געמאכט א בילד פון אים ביז א פאר מיניט זעט מען אז די צווי מוסרים זענען ווידער דא אבער דאס מאל באגלייט מיט פאליציי. די פאליציי איז אנגעקומען און געזיכו איינע פון די משגיחים און אים געוויזן די בילד פון דעם אשכנזי און ער זאגט אז ער וויל אים ארעסטירן ווייל ער האט געווארפן שטיינער אויף וואלנער'ס קאר וויל איך אייך פרעגן איז דאס נישט מסירה (נאך דערצי מיט א קאלטבליטיגן בילבל)???????? נאר וואס דען "הא לן והא להו"!!!!

אומזיסט » 20/8/2010 21:18

זעט אויס אז צוריקקומענדיג אזוי אומשולדיגערהייט פון א מלו"מ, האבן זיי בטעות זיך נישט כאפנדיג ארויסגעלאזט פון די האנט אפאר פאפירלעך וואס איז פערצופאל געשטאנען דערויף בילדער און פאשקעווילן קעגן פריוואטע מענטשן.

מ'דארף אנזאגן די עסקנים זאלן נעקסטטיים נישט טון אזוינס, בלויז נאכפאלגן די ריכטיגע ווארפער...

kj1234 » 20/8/2010 22:29

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יוסל וואלדמאן איז עפעס הונטערשטעליג??? שוין 25 יאר וואס ער מסרט יודן


איך ווייס נישט אבער אינטעראסאנט אסאך האבן שוין געבעטן א נאמען פין איינעם וואס ער האט געמסרט אין קיינער האט נאך נישט ארויף געלייגט א נאמען אדער א מעשה מיט א דאקעמענט אז ער האט איינעם געמסר'ט אפשר יעצט וואס די קיקסט אויס אביסל נארמאל אין די זאגסט מיט אזא זעכערקייט אז ער איז א מסור אפשר ברעסטו א פאקט אויף וואס די האסט געבויט דיין אינפארמעשן

אומזיסט » 20/8/2010 22:47

גם אניו מצטרף. לאמיר זען איין איד וואס זיצט אין תפיסה וועגן יאסל!

kj1234 » 20/8/2010 23:10

איך רעדט אפי' נישט פין זיצען איך רעדט זאל מיר איינער שוין ווייזן ווי ער פארלאנגט תפיסה אויף איינעם ווי דעס דעם וואס מסור עקשטיין  מיט זיין קראנקער נאכשלעפער דער מסור וויינשטאק


תוקן על ידי המהדרין ב- 22/08/2010 14:13:16

1satmar » 21/8/2010 00:09

פשוט נישט ריכטיג אן עכטער מסור, ער האט ממש הרא"ט שוין איינגעזעצט אין תפיסה
ווער געדנעקט נישט ווי דער שופט האט הרא"ט באשטראפט מיט קאנטעפט אף קארט
אין אויך אים אליינס באשטארפט מיט א קנס מיט $250 יעדן טאג פאר יעדן קינד!
און אים ממש אריינגעשפארט אין תפיסה אריין!
דער שופט האט געשריבן אין זיין פסק אויף'ן הרא"ט  (דעם גרעסטן מענטש אין ק"י, געווען בשעתו) דאס פאלגענדע
"די שליסלעך פון די תפיסה איז אין אייער פאקעט, אויב פאלגט ער נישט
גייט ער אין תפיסה אריין"!

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי 1satmar ב- 21/08/2010 00:30:39

פריינדליך » 22/8/2010 07:36

היינט האב איך מיט געהאלטן ווי יוסל שרייט אויף די פאליס פארוואס ער האט נישט ארעסטירט קיינעם אויפן באס פאריגע וואך. און אויב איר געדענקט האט ער אראפגערופן און קאורט דעם בב"מ מיט מיין רבין. און אין שו"ע שטייט אז ווען איינער איז "מוסר ממון ישראל ביד עכו"ם". האט ער א געהעריגע דין מסור. און עס שטייט אין ערגעץ נישט אז עס איז מותר צו מסר'ן אויב עס איז דא א וועג וויאזוי צו "פטור" ווערן דערפון. און ביי די ס"ד פרשה האט ער כמה פעמים "מוסר געווען מ"י" ביים מסרן אז עס איז נישט לויטן געזעץ. למשל אז עס מען לערנט יודישקייט דארט. און איך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט געקאלט פאליס פאר איינע פון די חתונות אז מען טאר נישט לייגן די לייטס אויף די פאולס וואס דאס איז רעכט "מוסר ממון ישראל" און א בחור איז דעמאלט ארעסטירט געווארן און געדארפט צאלן"צענדליגער טויזענטער דאלער" זיך ארויסצודרייען דערפון. און ווער געדענקט נישט די טעיפ וואס איז ארויסגערינען (גערעכט צו אומגערעכט) ווי ער געט פונקטליכע אינסטרוקציעס פארן סארזשענט וואס צו טוען. וואס דאס איז סיי געהעריגע מסירה און סיי מוסר ממ"י ב"ע. איך ווייס פון נאך אפאר מעשיות וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן מינוט. און שריי נישט יעצט אז ד"ע איז אויך א מסור ווייל נישט אויף דעם טענה איך מיך יעצט.

zibala » 22/8/2010 08:18

שעפעלע -

באקען זיך מיט די פאקטן
ר' יוסף האט עד היום קיין יוד נישט געמסר'ט
ר' יוסף האט דיין זב... גערופן הונדערטער מאל צו דין תורה


תוקן על ידי המהדרין ב- 22/08/2010 14:14:51

פריינדליך » 22/8/2010 09:31

וואס זענען די אויבערדעמאנטע מעשיות??? לייקנסט עס???

וואס_נאך » 22/8/2010 19:23

ווען ער האט גערופן דיין רבין אין קאורט איז עס געווען כדי צו האלטן זיינע קינדער אין די מוסדות. און ווי יעדער איינער ווייסט האט ער פרובירט צו רופן צו א דין תורה אבער דער כח פון טעראר איז געווען זייער גרויס און יעדער האט מורא געהאט איהם אנצונעמען. און ווער קען נישט דעם פראזע "ההעהעהעסט מיך שיקן אנאזמנה העלעך קומען צו דין תורה, נאנאנאכאמאל העהעהסט מיך שיקן....."
ס'איז נישט קיין הפקר וועלט און ווען מ'ווארפטא ארויס אומשולדיגע קענדער פון א מוסד רופט מען און קאורט...

ביי די ס"ד פרשה איז עס דאך בכלל נישט קיין ממון ישראל. עס איז דאך א גאווערמענט אינסטיטושן. ער האט געוואלט זיכער מאכן אז זיינע טעקס געלטער ווערן ריכטיג אויסגענוצט.

און ביי די חתונה ווען דער "אומשולדיג בחור איז נעבעך ארעסטירט געווארן פארן טשעפענען א פאליציי אפיציר און נאכער אוועקלויפן וואס יוסל האט מסתמה אויך אריינגעקאלט די פאליציי אז זיי זאלן ארעסטירן,) ווער האט געהייסן די בחורים זיך רייצן מיט די פאליציי?
און פאר ווער עס האט מיטגעהאלטן (למשל איך) ווייסט אז אראנזש און ראקלענד האט דאס געוואלט אראפנעמען ווייל זיי זענען געווען גערעגט אויף די ווילעדזש און ווען די 300 בחורים זענען געקומען מוחה זיין אויפן גרויסן חילול השם פון אראפנעמען די לעקטערס וואס אן זיי קענען נישט זאגן "מקודשת" האבן זיי גערופן פאליציי זאל זיי ארויסהעלפן, און וועען די חשוב'ע בחורי חמד וואס ווייסן נישט מער ווי די ד' אמות של הלכה האבן אנגעהויבן מיט זייערע אומשולגע - אבער טרויעריג בארימטע - פראוואקאציעס האט עס געבראכט אן ארעסט

zibala » 22/8/2010 21:29

קאצן קעצלעך -

ווען איינער ווארפט שטיינער אויף די פאליציי פעלט נישט אויס אז מזאל מסר'ן צו ארעסטירן

והשנית ס'איז דא קליפס פן דעם גאנצן געשעניש, מזעהט נישט דארט ר' יוסף, מען זעהט ווי די פאליציי יאגט נאך א מצוין פונעם יונעווערסטי אף קעי דשעי, בעת הונדערטער ציושטעטע ביקעס שרייען נאצי אויף די פאליציי

והשלישית ר' יוסף ווערט שוין באטיטלט מסור זינט די אנפאנג נ' יארן על שם העתיד...

געכאפטער1 » 24/8/2010 19:24

א מסור ווי אין דער אלטער היים
נעכטן מאנטאג האט דער מסור וויטריאל אריינגעגעבן א מסירה אויף דריי חשוב'ע אינגעלייט צו די פאליציי, אויף יעדן איינעם האט ער געמאכט אן אנדערע אויסגעטראכטע מעשה,

איינעם אז ער האט אריינגעקראכט מיט זיין קאר אין א בחור, אויף א צווייטן אז ער האט געשלאגן, א אנדערעם אז ער האט אים אנגעשפריצט מיט גארבעדזש, סתם אויסגעבלאזענע מעשיות ארויס פון פינגער, עס איז דא קלארע עדות אויף די צייט ווען די מעשה איז כלומפר'שט געשעהן אז עס איז נישט פארגעקומען גארנישט

געכאפטער1 » 24/8/2010 19:26

דער בחור וואס מסר'ט איז א זוהן פון דעם באקאנטן צדיק יעקב פריינד פון די ווילידזש, צוזאמען מיט מסור לייב וויטריאל וואס האט אויך "אליין" צוגעזעהן ווי ער האקט אראפ א בחור מיט'ן ציל אים צו הרג'נען אויף טויט רח"ל


תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 24/08/2010 19:26:59

משהלע » 24/8/2010 19:32

ענטשולדיגט, מען רעד דא פון א ר' יוסף, ווער איז דער ר' יוסף? איז דאס ר' יוסף אשכנזי ע''ה, ער לעבט דאך שוין נישט, איז דאס אפשר ר' יוסף ווייס? ניין, קען נישט זיין, ער איז דאס א אהרוני, וועלעכער ר' יוסף איז דאס? אפשר ר' יוסף וויינשטאק? פליז, זאגט מיר פון וועלעכן ר' יוסף מען רעד דא,

kj1234 » 24/8/2010 19:45

סאיז זייער אינטערסאנט ווי אזוי די פאליס קען זיין אזוי אפען איינזייטיג ווען דער אלעמען באקנטער רוצח מיילך דייטש האט אפען אריין געהאקט אין מענטשן ווען זיי האבן אריבער געוואקט די גאס האבן זיי גערנישט געטיען פאר דעם רוצח אין יעצט יא ???????????????????

געכאפטער1 » 25/8/2010 07:35

עטליכע אינגעלייט זענען היינט געווען אינעם פאליס סטעישען באקומענדיג טיקעט'ס מיט סאמענסעס אויף מסירות וואס מסור לייב וויטריאל האט אריינגעגעבן,ווען איינער פון די אנגעקלאגטע האט געוואלט פרעסן טשארדזשעס אויף איינער וואס האט אים געמאכט פאני קאלס און טעראריזירט, האט דער פאליס אים ניטאמאל געוואלט אויסהערן, זיי האבן אים געענטפערט "גאו האום"

דאס איז חוץ דעם וואס הרה"ח הנכבד ר' יצחק סרוגא ני"ו האט שבת געוואלט ווייזן פאר די פאליציי ווער פון די בחורים האבן געווארפן באטלעך, האט אים די פאליס ניטאמאל געוואלט אויסהערן, ווי אויך האט מען שוין פילע אומצאליגע מאל אריינגעקאלט די פאליס איבערגעבן ווער עס ווארפט די שפיכות דמים פאשקווילן, מען האט געגעבן נעמען מיט פיקטשער'ס אבער דערווייל קראצן זיי זיך נאך, עס איז נאך ביי די ארוינים נישט געמאכט געווארן קיין איין ארעסט. עס איז דא נאך אסאך מעשיות כהנה וכהנה.

ווילאנג מען וועט זיך נישט צוזאמנעמען אויף א ראלי אין אלבעני איבערגעבן וואס פאר א קוראפשען דא גייט פאר וועט נישט זיין סדר דא. (ביי די הייסע צייטן פון בני יואל האט הרה"ח ר' אליעזר הארפענעס ע"ה מסדר געווען אזא ראלי, אלעס איז שוין געווען פלאנירט, אבער די לעצטע מינוט האט זיך די קעפטען פון די פאליס איינגעבעטן אז "מען גייט שוין זיין וואויל" עס איז טאקע דעמאלס געווארן סדר א שטיק צייט מיט די ענין, שאל אביך ויגדך)

אומזיסט » 25/8/2010 16:26

נאך אביסל וועט מען שוין קענען שרייען: פאבליק סעיפטי יעס, סטעיט פאליס נאו!....

צביהירש » 25/8/2010 16:36

וועלכער יעקב איז דאס? איז דאס ר' יעקב פאטאקי פריינד? וואס האט שוין יאהרן אנגעפילט זיינע טאשן מיט די רעגירונגס געלטער? 
ער זוכט זיך צרות חלילה? ער וויל אז די רעגירונג זאל אריין קוקן
אין זיינע פריוואטע ביכער וויאזוי מע'כשר'ט גרינע פאפירן?


איז ער חלילה צעדרייט געווארען?

רבונו של עולם! ווי קען א איד זיין אזוי נער'יש און בלינד? ווען מ'האט פיטער אויפן קאפ. ווייס יעדער אז מ'שטייט נישט אינטער די הייסע זון.

ר' יענקעל זיסער, האב רחמנות אויף זיך אין דיין משפחה! פארגעס נישט אז די בוסט אינטער א אינוועסטיגאציא וועלכער שטייט און האלט א וואכזאם אויג אויף דיינע באוועגונגען.

יעדע טריט וואס די האבסט געטוהן די לעצטע 15 ולכה"פ12 יאהר נאך פון ווען די האסט נאך געהאט סעקשאן 8 מיט אנדערע פראגראמען האלטן זיי חשבון אויף דיר.
חאטש זיי זענען נאך נישט אריין געקומען אין דיין שלאף צימער מיט קייטעלעך, אבער די אמעריקאנער רעגירונגס חברה האבן גרויס חשק צו כאפן אזעלכע העכטן ווי די. 
זיי ווייסן אז די האסט שוין ארויס געמאלקן פון אנקעל סם שווערע מיליאנען. זיי ווייסן פונקטלעך וויפיעל די באקומסט צוריק פון די זאכן וואס די האסט פארשאפט פאר קרית יואל'ס סוער און אנדער פראגראמען. 

ובפרט אז די הונדערטער מיליאנען וואס פליסט אריין צו די צענדליגער קרית יואל פראגראמען, סיי די כשר'ע סיי די האלב כשר'ע ברענגט אריין אסאך קנאה ושנאה ביי די רעגירנגס בעאמטע וועלכע האבן נישט אזוי ליעב דעם איד.
זיי נישט בלינד! לערן גוט אדורך 
דעם כלי יקר אין פרשת דברים אפין פסוק רב לכם שבת, פנו לכם צפונה. רבינו הק' ברענגט דאס אין על הגאולה. ווייל דער היינטיגער גוי האט דיך ווייניג ליעב אויך ווען ער שמייכעלט צו דיר אין אלבעני. 

יעדער  עסקן וואס טוט אין די ענינים ווייסט אז די אינספעקטארס האבן א קרום אויג אויף די אלע פאליטישאן'ס וואס האבן ארויס געמאלקן דורך זייערע קאנטאקטס מיט דעם גאווערנאר די סטעיט פראגראמען. קל וחומר אויף א איד.
 
גאווערנאר פאטאקי איז שוין אראפ פון די מאפע און זיין נכפאלגער שפיצער איז אויך געפלויגן, דער יעצטיגער גאווערנאר איז שוין אויך אויפן וועג ארויס און יעדער וואס האט פיטער אויפן קאפ לויפט אוועק פון די רעגירונגס פאזיציע. אויך גאווענאר בלאגאטשאוו איז געפלויגען און איז נאכנישט פארטיג.
קל וחומר א חסידישער אינגערמאן מיט א גרויסע פארפלעקטע טלית קטן וואס קען ניטאמאטהל געהעריג רעדן ענגליש האט זיכער נישט קיין חן ביי זיי אין די אויגען. זיי שטייען פון דערווייטענס אין פארצייכענען אלעס ביז ........ ביז חלילה ס'זאל נישט אנקומען די מינוט וואס זיי ווארטן.

נעם דאס נישט פאר גרינג. די האסט נאך קינדער אינדערהיים, זיי מתפלל אז די זאלסט זיי קענען געזונטערהייט פירן דיינע קינדער אינטער די חופה מיט נחת און זיי געווארענט אז די זאלסט נישט חלילה פאסירן אזוי סאמעט.
 
אנטלוף פון מסירה! (לאז דיך נישט אריין ציען מיט (דעם חשובן תלמיד חכם וירא שמים הרב) משה לייב וויטריאל וועלכער זאגט זיכער אויס יעדן טאג גאנץ תהילים בדמעות שליש איידער ער זעצט זיך אריין אין זיין פאליס קאר. די האסט געהאט א זעהר חשובן פאטער, חבל על דאבדין. גיי אין זיינע דרכים, זיך נישט צו מסר'ן קיין אידן אפילו ווען דער יצר הרע ברענט אז די זאלסט יענעם יא אנפיקסן. דיין טאטע האט אסאך געוויסט און אויך געליטן און קיינמאל נישט איינגעמיירעט קיין מענטשן.

געדענק געדענק און זאלסט חלילה נישט חרטה האבען.

 

 

 

 

 


שלעק » 25/8/2010 18:27

ווי זאגט דער פסוק? מסירה איז די גרעסטע מצוה בדורינו,

יוספ7 » 25/8/2010 22:10

האט איינער א בילד אדער א נאמען פין דעם נייעם יונגער מסור בחור פריינד אין ווי אלט איז ער?

פייוויש » 25/8/2010 22:24

וואס ווילסטו פון דעם אומשולדיגען בחור'ל? אז א אינגערמאן האט אים געוואלט אראפקלאפן ווייל ער האלט נישט פונקט ווי אים און ער זאגט דאס פאר די פאליציי איז ער שוין א מסור? אויף וואס נאך זאל ער ווארטן???

יוספ7 » 25/8/2010 22:34

2 זאכן קודם האב איך הנאה אז ווען איינער פילט זיך אין א סכנה מעג ער רעדן צי די פאליציי קודם איז שוין דע אלע וואס האבן גערעדט צי די פאליס נישט קיין מוסרים אפי' זיי האבן גערעדט 20 יאר צירוק ווען מהאט אריין געשאסן שטיינער ביי זיי כדי צי שעדיגן איידל גערעדט

אין נאכדעם דער יונגערמאן האט עם נישט געוואלט אראפ האקן אין נאכדעם ער זאגט פאר די פאליס אז ער האט עם למעשה אראפ געקלאפט  (אנהויב איז די געבעקס געווען דע נוסח אז ער האט געוואלט נאכדעם האט מען עס ארום געדרייט)