היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע !!! בי"ד ממנה העסקן הרב אהר'לע יאקטער פאר ליקוט עצמות

באמבע !!! בי"ד ממנה העסקן הרב אהר'לע יאקטער פאר ליקוט עצמות

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2819871

FiveBoro » 19/8/2010 20:42

יא! אומגלויבליך אבער א פאקט! מען האט דורכגעבראכן דעם ערשטן שטיקל אייז!

ביי א ישיבת בי"ד אין די פארלאפענע שעהן האבן די רבני העדה אראפגערופן הרב אהרעלע יאקטער, דער אמתדיגער לוחם למען קברי אבותינו, און האבן לבסוף ארויסגעגעבן א בריוו וואו זיי זענען אים ממנה אויף צו מאכן א ליקוט עצמות אין יאפו.

ווער עס האט נישט ארויס די פאליטיק מיט די געגנסטער גרופע אתרא קדישא, וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואספארא אטאם באמבע דער דערגרייכונג איז!

פרטים יבואו.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 19/08/2010 20:53:37

FiveBoro » 19/8/2010 20:50

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=19201&cat_id=1




פסק-דין של 'העדה': "ממנים את אהרן יקטר ללקט העצמות"' • קאמבק ביפו

הגר"מ שטרנבוך, הגר"נ פרנקל והגרי"מ יורוביץ חתמו על פסק-דין המחזיר את אהרל'ה יקטר אל זירת הקברים ביפו, למרות התנגדות 'אתרא קדישא' • במהלך הדיון הסוער הוקראו קטעים מהראיון שהעניק יקטר ל'בחדרי חרדים' • בפנים: פסק הדין - בפרסום ראשון

בני הכהן ויקי אדמקר, בחדרי חרדים
תאריך: 19/08/2010 19:48:00

בית-הדין של 'העדה החרדית' בירושלים מינה ביום (ה') בערב, באופן רשמי וכתוב, את העסקן אהרל'ה יקטר לאחראי על איסוף העצמות הזרוקות במתחם אנדרומדה, ולחזור לפעילות ביפו, על אפם וחמתם של אנשי ארגון 'אתרא קדישא'.

ל'בחדרי חרדים' הגיע פסק-הדין, עליו חתומים ראב"ד בד"צ 'העדה החרדית' הגר"מ שטרנבוך, והדיינים הגר"נ פרנקל והגרי"מ יורוביץ.

"חברי הבד"צ", כך כותבים הרבנים, "מחייבים ללקט את העצמות בבית הקברות ביפו מיד בלי איחור, וממנים את הר"ר אהרן יקטר הי"ו ועוזריו ללקט את העצמות ולקוברם".

עוד בנושא:
• "הגיעו אלי אנשים מאתרא קדישא ואמרו לי: 'זה טוב שיתנו לאדמו"ר מרחמסטריוקא מכות" • ראיון רושף אש
• העצמות מיפו - מופקרות ברחובה של עיר • אהרל'ה יקטר: פרשתי מהמאבק • סערה

כזכור, בתחילת השבוע חשף 'בחדרי חרדים' את מראות הזוועה - שקי עצמות שנאספו בקול רעש גדול, אך נותרו ברחובה של עיר ולא הובאו לקבואה על-פי ההלכה. יקטר אמר אז בראיון לאתר 'בחדרי חרדים', כי הוא פורש מהמאבק עקב העובדה שאנשי 'אתרא קדישא' הצרו את צעדיו.

היום נקרא יקטר לבית-הדין של העדה החרדית, שם התבקש לחזור לעובי הקורה ולדאוג לאיסוף העצמות, כדי למנוע את חילולן.

בשעת ערב מוקדמת, התייצב יקטר לדיון בבניין בית-הדין ברחוב זופניק. במקום ישבו הראב"ד הגר"מ שטרנבוך, הגר"נ פרנקל והגרי"מ יורוביץ.

[בילד – נישט אפגעהיט]
הביס את אתרא קדישא. ארלה יקטר. צילום: דוד קורן

במהלך הדיון, נכנס לחדר עסקן ידוע, והחל להקריא קטעים מהדברים החריפים שנאמרו על-ידי יקטר בראיון שהעניק אתמול לאתר 'בחדרי חרדים', בו הוא מאשים את אנשי 'אתרא קדישא' כי הם אינם פועלים כדעת גדולי התורה.

לדברי אחד הנוכחים, הדיינים לא הופתעו למשמע הדברים.

בתום הדיון הוחלט, כאמור, להוציא פסק שבו נכתב כי יקטר יהיה אחראי לאיסוף העצמות ולהבאתם לקבורה בהקדם האפשרי, כדי למנוע חילול נוסף.

אהרל'ה יקטר מאשר את הדברים בשיחה עם 'בחדרי חרדים': "למרות שפרשתי מהמאבק, התבקשתי לחזור ולדאוג לעצמות שאף אחד לא מטפל בהם. ראש בית-הדין, הגאון רבי משה שטרנבוך, שאל אותי על העצמות. הבעתי את דעתי ומינו אותי לתפקיד האחראי לאסוף אותם. אני עושה כל מה שגדולי ישראל אומרים לי".

[בילד – נישט אפגעהיט]

הולך_לבגץ » 19/8/2010 21:05


אוי האב איך רחמנות אויף אהרעלע יקטר דער ווייסט נישט וואס ווארט עם מיט די טעראריסטען דער באשעפער זאל אים שומר ומציל זיין

FiveBoro » 19/8/2010 21:10

ביים מושב בי"ד זענען אינמיטן אריינגעקומען איינער פון די סיקריקים (העלער) און זיך גענומען מאכן באנומענע קולות אז אהרעלע יאקטער איז א אגענט פון די ציונים (...) און מען טאר אים נישט שטעלן דערויף און נאר ר' דוד שמידל מעג מאכן ליקוט עצמות וכו' וכו'

אבער הרב יוראוויטש האט געענטפערט: איך פארשטיי נישט, שוין עטליכע וואכן וואס דער עסקן הרב יאקטער וויינט צו מיר אז די קאמפאני לאזט מאכן א ליקוט עצמות און ר' דוד הערט אים נישט אויס. וואו איז דאס געהערט געווארן? און וואס וועקסטו דיך יעצט אויף אז "דו" ווילסט עס מאכן, וואו ביסטו געווען ביז יעצט?

און די גוטע ענדע זעהט איר אויפן בריוו..

היראים » 19/8/2010 21:45

דאס איז א זעלטענע דערגרייכונג פאר הרב יאקטער

FiveBoro » 19/8/2010 22:03

נישט פאר הרב יאקטער.

פאר כלל ישראל.

מנחם_מענדל » 19/8/2010 23:20

הרב אהרלע יאקטער האט יעצט געגעבן א באריכט אויף קול החרדים אפטיילונג אין קול סאטמאר, איבער די נייע אנטוויקלונגען.

212-444-9899

עקס. 221

מנחם_מענדל » 19/8/2010 23:22

אגב, איך קען די זאך גוט, איך בין אין שאק פון די נייעס! קיינער האט נישט געחלומט אז אזאנס וועט פאסירן.

שטארלן פון אמת אין אונזער עולם השקר!

פריינדליך » 19/8/2010 23:45

הולך. טעראריסטן קענען נאר אנגיין אויב זיי האבן "סופארט". ביז יעצט האבן זיי געהאט די בי"ד. ארונים. זלונים. און יעדעם (אפשר חוץ תו"א. יעצט האט אהרלע. די בי"ד. ארונים. תו"א. און יעדע קהילה וואס איז אונטערן בי"ד. העלמיר זען וואו די זאליס וועלן גיין

קונצען » 20/8/2010 00:33

בעלזא - כהנא חי - עדה
טאקע א באמבע,

אהרלע יקטר, א תלמיד פון בעלזער ישיבה וואס מען האט אים ארויס געווארפען פין ישיבה, אין ער פלעגט זיך דרייען ביי די רעכטע עקסטרמיסטען ווי ",כהנא" "כהנא חי," אין אנפירען פראטעסטען מיט ריאטען אין די אראבישע געגענטן, ער איז געזעצען אין תפיסה פאר א לענגערע צייט נאך רצח רבין (פריים מיניסטער יצחק רבין) ווייל מען האט חושש געווען אז ער האט געהאט א שייכות מיט די רוצח.

ער פלעגט ארים לויפען אין געווען אן אנפירער פון אסאך רעכטע פראטעסטען "האלטענדיג אן איזראעלי פאן" איז יעצט באקרוינט געווארען אלץ דו שליח פון די אזוי געריפענע "עדה החרדית"

מען דארף לאכען אדער וויינען?

קליפ » 20/8/2010 00:45

אהרל'ה יקטר בורח מהעדה החרדית
* width="445" height="364"> <*

קליפ » 20/8/2010 00:46

FiveBoro » 20/8/2010 00:47

לידיעה:

אהרעלע יאקטער איז א מחנובקא-בעלזער חסיד.

און "קונצען" איז א בעלזער.

ואידך פירושא זיל גמור...


תוקן על ידי FiveBoro ב- 20/08/2010 01:03:17

FiveBoro » 20/8/2010 01:36

איך זעה די זאליס ברענגען שוין נאך די מעיות פומעם בעלזער קונצן. שוין, די עדה גייט ושין ווערן פסול ביי די זאליס... לחיים ולברכה.

אויך זעה איך אז עמרם טייטלבוים האט שוין געצאלט אפאר טאלער היינט פאר עטליכע סייד'ס, וואו זיי באשרייבן אז די בי"ד האט גערופן אהרעלע אים "אנשרייען"... די שאלה איז נאר פארוואס מאכן אנשרייען קומט א חיזוק בריוו...

========

טייערע זאליס: איר זענט גענצליך נישט געבינדן צו זיין אויף די זייט פון די סיקריקים-טעראריסטן!

ענקער ר' חיים הערש אין ירושלים ליידט זיך אויך אן פון זיי, ענקער תולדות אהרן ליידט זיך אוך אן פון זיי, וכו' וכו'.

איך בין בכלל נישט אויף זיין זייט צוליב מיין פארטיי, ער איז אייגנטליך א מאחנובקא בעלזער און איך א סאטמארער, סך הכל איז ניכרין דברי אמת, און מיר גלייכן דעם אמת!

היראים » 20/8/2010 01:56

פריינדליך
וואס הייסט עמיר זעהן ווי די זאלי'ס וועלן גיין?
פינקט ווי די זאגסט עמיר זעהן ווי נחום אטיק וועט גיין,

אין פייוו בארא,
זארג דיך נישט חיים הערש ליידט נישט פין זיי
ער איז די איינציגסטער וואס 'גערידערט צוזאמען מיט זיי'' ביי די פירות שמיטה
נאר ווער ער זעהט ס'איז צרות מ'האט געכאפט ביי יענעם די ווידיא מוז ער איינעם פארשיקען פין זיין שטוב

די איינציגסטע סיבה פארוואס די זאלי'ס וועלן בלייבן בעקן אתרא קדישא איז נאר ווייל עס ווערט געפירט דורך זאלי'ס
אין די פאליטיק ווער מאנווירן זייער מח אפי' וועט בי''ד וועט קלאר זאגען וואס זיי האבען געזאגט ביי די קברים אין צפת

טן_דו » 20/8/2010 02:09

אהרל'ע יאקטער האט זיך געדרייט אין  מאכנובקה ווייל ער האט געהאט דארט א דזשאב אבער למעשה איז ער א לעלעבער חסיד.

FIVEBORO אויב די וואלסט געקענט דעם יאקטער וואלסטו דיך געשעמט מיט דיינע תגובות. ער איז זייער א גיטער אבער ער איז א צודרייטע נשמה.

יקרבו » 20/8/2010 02:24

שוין לאנג נישט געזעהן אז די זאליס רייסן זיך צווישן זיך, ווייל די גאנצע זאלי פירמע באשטייען פין פילע פארטייען
 ס'איז א מחי' צי קוקן ווי זיי האבן נישט קיין ספין.

אבי נישט צווישן יודען.

דעקלעראציע » 20/8/2010 03:13

ענדליך הייבט מען קויף קומען מיט די שפירן ווער די באנדיטן אתרא קדישא זענען
אנגעויבן מיט דעם מילטאנט דוד שמידל וואס איז אריין אינעם טמא'נעם כנסת המיני.
אתרא קדישא האט אנגעמאכט א געפרליכן חילול השם פאריאר אין שפאניע מיט דעם שוידעלריכן נואף אין מניוויל מיילך שטערן שר"י געמאכט א ליצנות פין ה' ומשיחו אין ווער ס'געדענקט האט טשיי יעקב שטבויער געמאכט דעם שטויבער פורים שפיל אראפ געזעצט די אלע קעלבעך אויף דער ערד וואס וועט געדענקט ווערן פאר א היסטארישער ליצנות

אתאר קדישא רייסט אויס קברים אין אייראפע אין ווי ס'איז קראנטע באווייז דערצי.

ס'קומט שוין יעצט פריש דעם קאמפיין פאר אדמת קודש זאל גווט ליגן פאר א יעדן איינם אין די אויגן
אתרא קידשא זאליס בג"ץ כנסת המינים איז איינס
אין ווער ס'שטיצט אתרא קדישא זאל וויסן אז ער שטיצן דעם וואטיקאן נאר אויף א אנדערן שלייער. 


תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 20/08/2010 03:30:40

FiveBoro » 20/8/2010 03:36

ביז וויפיל קען "חוצפה" גיין?
פון זאלי פארום:


אהרל'ע יאקטער פארשטייט אין קברים די זעלבע ווי ר' אהרן טייטלבוים פארשטייט אין פינפטן חלק שו"ע
אונטער יאקטער שטייער ברייט באקאנטע אלטע שונאים פון אתרא קדישא וואס ווילן צוברעכען דעם מעכטיגן דעת תורה פון הגאון הגדול ר' דוד שמידל שליט"א.
די כת ההשכלה וואס ווערט אנגערופן "אהרונים"  זענען די פאסיגסטע חברותא פאר די אלטע שונאים פון הגה"צ ר' דוד שמידל שליט"א


יא! איך האב מיך גוט פארגעשטעלט. די זאליס גייען יעצט אנהייבן רעדן דברי דופי אויפן בי"ד הגדול!

די בי"ד פארשטייט אזוי און זיי פארשטייען אנדערש.

האלטס אן.

פריינדליך » 20/8/2010 09:03

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריינדליך
וואס הייסט עמיר זעהן ווי די זאלי'ס וועלן גיין?
פינקט ווי די זאגסט עמיר זעהן ווי נחום אטיק וועט
היראים עס איז נישט דאס ערשטע מאל זיי לאזן איבער זייערס א מענטש ווען עס קומט ארויף א סקאנדאל אויף אים. יצחק ווייס יוכיח

דעקלעראציע » 20/8/2010 20:59

לויט די אינפארמאציע וואס הרב יאקטער געט איבער וואלט מען געדארפט אריין לייגן אין חרם אתרא קדישא
מיט ווער ס'העלפט זיי, זיי זענען שולדיג אויף די חיטוטי שכבה נאך מער ווי די ציונים
נוסח זאלי הא לן והא להו ביי זיי איז מותר א יעדע עבירה שבתורה

אנגעויבן מיט זייער פאסט טרעגער דער דיין וואס קען קוועטשן מיט די נאז אין געבן פאלטישע התירים אויף יעדע זאך אין גענדיגט מיט מיילך שטערן ימ"ש.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 22/08/2010 19:59:44

היראים » 23/8/2010 03:41

כ'הער אז מען האט שוין אנגעהויבן מיט די ליקוט עצמות אין היינט האט מען שוין צאמגענומען מיט עטליכע מומחים רוב עצמות
קען עס איינער באשטעטיגן?

זעמללער » 23/8/2010 04:32

אנא ממך ר' נחום תפתח כל שבוע את הדרשה עם כמה דקות על בעלזא
ונא להזכיר לבעלזר חסידים שאהרן מרדכי נולד באותו שיטה של הלברשטם וגם הוא ממזריקו
אם זה לא ידוע לך תדבר אם אהרלה יקטר הוא יספר לך בדיוק


גענומען פון דא http://getridofnuchem.blogspot.com/2010/08/preview-of-some-of-speech-coming-up.html

ווייסט איינער וואס דאס מיינט?
איז דער יקטר נחום'ס א מענטש?

FiveBoro » 23/8/2010 17:44

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'הער אז מען האט שוין אנגעהויבן מיט די ליקוט עצמות אין היינט האט מען שוין צאמגענומען מיט עטליכע מומחים רוב עצמות
קען עס איינער באשטעטיגן?


שוין אנגעהויבן און שוין כמעט פערטיג בעז"ה.

און מען שלאפט נישט... מען ארבעט אויף נאך גוטע זאכן.

אגב, די אלע נייע פראטעסטן וואס קומען פאר די לעצטע טעג, קיין איינע פון די זענען נישט קיין נייע פרשיות. אלעס זענען זאכן וואס גייען שוין אן א לאנגע צייט, און, אדער איז עס שוין לאנג מסודר אדער איז מען שוין לאנג מיואש. נאר? וואס איז יעצט? היות אתרא קדישא שפורט אז יאפו איז מער נישט זייער עטענשן.. דארט האלט שוין דער אמת אינמיטן ארויפשווימען, און דער ראב"ד איז אנטשלאסן זיי צו שטעלן צו גערכטיקייט... דעריבער זיצן מען אויף מיטינגען אפירצוטרעפן וואו צו שיקן דעם עולם גולם מוחה זיין, און דעק עיקר: אלעס זאל באריכטן אז אתרא קדישא זאגט אזוי און זאגט אזו וגו' וגו'.

דאס איז דער טרוקענער מציאות. לכשאפנה מער דעטאלן אי"ה.

FiveBoro » 23/8/2010 17:57

זעמללער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אנא ממך ר' נחום תפתח כל שבוע את הדרשה עם כמה דקות על בעלזא
ונא להזכיר לבעלזר חסידים שאהרן מרדכי נולד באותו שיטה של הלברשטם וגם הוא ממזריקו
אם זה לא ידוע לך תדבר אם אהרלה יקטר הוא יספר לך בדיוק


גענומען פון דא http://getridofnuchem.blogspot.com/2010/08/preview-of-some-of-speech-coming-up.html

ווייסט איינער וואס דאס מיינט?
איז דער יקטר נחום'ס א מענטש?


איך ווייס נישט דיין כוונה, קען זיין דו מיינסט עס יא ערנסט, אבער די קושיא איז זייער נאריש. לאמיך דיר מסביר זיין:

צו די אימעיל איז אמת האב איך נישט קיין אנונג. אבער סייוויאזוי, הרב אהרעלע איז א מאחנובקער, און ער האט אסאך צו פארציילן קעגן דעם בעלזער. נו, אז איינער שרייבט צו נחום'ען (שר"י) ער זאל רעדן צו הרב אברעלע וועגן בעלזא, מיינט דאס אז ער האט עפעס שייכות מיט אים? גאנץ-ווארשיינליך ווייסט ער ניטאמאל וואס דער שעדליכער נאמען 'נחום ראזנבערג' באדייט, נאר אז סיי ווער וועט אים אנרופן וועט ער אים פארציילן.

נאכאמאל, איך ווייס נישט דיינע כוונות, אויב ווילסטו פשוט אפירזוכן עפעס סקאנדאלן דאן ביסטו ערלויבט... אבער אויב עס איז דיר באמת שווער געווען, האב איך געענטפערט וואס שכל זאגט.

זעמללער » 23/8/2010 18:59

ניין איך זוך נישט גארנישט אקעגן אהרלה
כ'האב מיך נאר אנגעשטויסן אין זיין נאמען אויף זייער א אומאנגענעמע פלאץ האב איך געפרעגט

און אז מ'רעד שוין.... אפשר ברענגסטו אראפ די היסטאריע פון די מענטש? פון ווי שטאמט ער? ווי לאנג טוט ער שוין עסקנות? מיט וועם ארבעט ער?

נאכאמאל. כ'האב נישט גארנישט קעגן אים! נאר אויב ווערט ער א פאבליק פיגור וויל איך וויסען פון ווים מ'רעדט