היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סגולה לפרנסה

סגולה לפרנסה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2819573

שלמהווייס » 18/8/2010 23:15

שטייענדיג אין חודש אלול ווען אסאך אידן גיבן בודק צו זיין די מזוזות, וואלט געווען כדאי צו דערמאנען א סגולה פאר פרנסה וואס שטייט פון ר' הירצקעלע ראצפערטער זצ"ל צו פארמאגן האלצערנע מזוזה האלטערס, ס'איז נישט צו טייער און ס'לוינט!
פון מיין פערזענליכע ערפארונג קען איך אייך זאגן, אז נאכדעם וואס כ'האב געטוישט פון פלעסטיק צו האלץ -חוץ וואס כ'האב כסדר הנאה ווען כ'קיש די מזוזה, ווארום האלץ איז שענער, און ס'האלט זיך לענגער- האב איך געזעהן א באדייטנדע פארבעסערונג אין פרנסה, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער
איך מיין אז אין די היינטיגע עקאנאמיע קען דאס יעדעם צוניץ קומען...

סעפטיק_זל » 20/8/2010 06:43

איך וואלט זייער געוואלט וויסען ווי די האסט דאס געזען שטיין
ווייל מיר האט דער סופר געגעבן דייקא יא פלעסטיק האלטערס ווייל אין דעם גייט נישט אריין קיין וואסער ווייל דאס ווערט זייער גוט פארמאכט
משא"כ די האלצערנע ווערן נישט אזוי גוט פארמאכט קען ח"ו אריינגיין וואסער אינעווייניג

שלמהווייס » 20/8/2010 12:19

דער פראבלעם איז נאר ביי א גאס טיר, און אויף דעם איז דא עצה וואס דער סופר האט געטוהן ביי מיר צו סילן די מזוזה אין א פלעסטיק (ער האט מיר געוויזן ווי ער לייגט עס אריין אין וואסער און ס'ווערט נישט נאס)

וועגן א פונקטליכע מראה מקום וועל איך בל"נ איבערפרעגן דעם סופר

שלמהווייס » 22/8/2010 20:08

שוין געפרעגט דעם סופר, די מ"מ איז דער ספר נועם שיח (סאלקא, עמוד קנ"א) ער זאגט דעם טעם ווייל ע"ץ איז בגי' כס"ף